פארלאפענעם דינסטאג איז האדמו"ר מליזענסק שליט"א ארויסגעפארן קיין צפת בראש קהל חסידיו בארה"ק אויפן פעלד אינעם בית החיים ווי מען האט צום ערשט אנגעהויבן מיט אמירות מזמורי תהלים ופסוקי דרחמי ברוב עם הרדת מלך, נאך תהלים זאגן האט מ"מ האדמו"ר מליזענסק שליט"א אויפגעטרעיטן מיט קארצע דברי התעוררות, פון דארט איז מען צוגעפארן צו אן הערליכן זאל אין צפת, ווי עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודות השלושים, ווי עס האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע כקש"ת אדמו"ר מקאזמיר שליט"א, הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א, אין נאך.
בשעתן מעמד האט מען געהערט ווארימע ווערטער פון כקש"ת אדמו"ר מקאזמיר שליט"א וואס האט ארום גערעדט זכרונות פון די פריעדיגע יארן, אין די מורא'דיגע התקשרות לצדיקים הקדמים וואס דער רבי האט געהאט, אין ווי מען האט עס אנגעזעהן אויפן רבי'ן זצ"ל, אזוי אויך האבן אויפגעטרעיטן הרה"ג ר' דוד בעריש אונגאר שליט"א וואס האט זוכה געווען צו לערנען בחבריתא מיטן רבין די לעצטערע יארן, אין נאך מקבלים פון ארץ הקודש, וואס האבן זיך דארט באטייליגט. צווישן אנדערע האט מען געהערט ווארימע ווערטער פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א.
די וואך שבת וועט שוין כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א פארבלייבן און ארץ הקודש, און וועט וויילן אויף שבת און אתרא קדישא מירון, די אכסניא בבית אביו הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א. דעם קומענדיגן מאנטאג וועט זיך דער רבי צוריקקערן לביתו קיין קרית טאהש.
די ציון אין צפת
פון פארדעם
סעודות השלושים
ציון אין צפת
Commentaires