שר וגדול נפל בישראל • שווערער פארלוסט פאר חרדי'שן אידנטום מיט די פטירה פון האד' מליזענסק זצ"ל | ביאגראפיע
- בחצרות הקודש

- 10 במאי 2022
- זמן קריאה 18 דקות
עודכן: 18 בנוב׳ 2024
שווערער פארלוסט פאר חרדי'שן אידנטום מיט די פטירה פון אחד המיוחד מחשובי האדמורי"ם ומרביצי התורה בדורנו, הגה"ק חסידא ופרישא הרה"צ רבי יוסף מאיר מאיער זצוק"ל אדמו"ר מליזענסק, מייסד ונשיא ישיבת נועם אלימלך ליזענסק בעיר התורה והחסידות מאנסי יע"א

דינסטאג פרשת נשא - ה' סיון תשפ"ב | בחצרות הקודש
פארלאפענעם דינסטאג פ' במדבר [נשא אין אר"י] איז פון ארצנו הקדושה אנגעקומען די שמועה המחרידה איבער די פּלוצימדיגע הסתלקות פון איינעם פון די חשובס'טע אדמורי"ם ומרביצי תורה אין אונזער דור, האי ניהו הגה"ק חסידא ופרישא עמוד התורה והעבודה עומד לנס עמו ומעמיד תלמידים לאלפים מוה"ר יוסף מאיר מאיער זצ"ל אדמו"ר מליזענסק ומייסד ונשיא ישיבת נועם אלימלך ליזענסק, וועלכער האט צוריקגעגעבן זיין נשמה צום הייליגן באשעפער זייענדיג אין עלטער פון 75 יאר נאכ'ן זיך מוטשען ל"ע מיט זיין געזונט אין די לעצטע תקופה, לדאבון לב משפחתו החשובה און אלפי תלמידיו הנאמנים המבכים עליו מרה.
די לעבנסטעג פונעם ליזענסקער רבי זצ"ל זענען געווען איין קייט פון מסירת נפש פאר תורה ועבודת השי"ת, ובעיקר די הרבצת התורה וחסידות וואס איז געווען משאת נפשו כל ימי חייו און פון דעם האט ער געשעפּט דעם חיות און סיפוק דורכצומאכן די פארשידענע שטורמישע תקופות אין זיין לעבן, וואס מיר וועלן פּרובירן אביסל צו שילדערן אין די קומענדיגע שורות.
*
דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן ביום ה' תשרי שנת תש"ח לפ"ק אין די עיר הבירה בודאפּעסט, אונגארן יצ"ו, צו זיין פאטער הגה"ח המפורסם לשם ולתהלה שקדן בתורה ומתנהג בחסידות מוה"ר שם טוב מאיער ז"ל [נפטר בשנת תשנ"ה לפ"ק], וועלכער איז געווען מקורב צו א צאל מצדיקי דורו ובתוכם הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע און רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
ר' שם טוב ז"ל איז געווען א זוהן פון הרה"ג ר' יוסף מאיר מאיער ז"ל הי"ד מתלמידי הגה"ק ר' זעקיל פּאללאק זצ"ל מבאניהאד ובנו הגה"ק בעל וידבר משה זצ"ל, חתן הגה"צ ר' ברוך ליבער זצ"ל דומ"ץ בק"ק פישטיאן יצ"ו, בן הגה"ק המקובל ר' נתן בנימין [המכונה ר' נטע וואלף] ליבער זצ"ל ראב"ד פּרעשבורג בעמח"ס שארית נתן בנימין מתלמידיו החביבים פון מרן הגה"ק בעל חתם סופר זי"ע.
זיין מוטער האשה החשובה הצדקנית המפורסמת מרת מלכה ע"ה [נפטרה בש"ט בשנת תשס"ה לפ"ק] איז געווען א טאכטער פון הרה"ח ר' שרגא יודא פליישמאן ז"ל מחשובי העיר סערדאהעלי, און אן אייניקל פון הגה"ק ר' יהודא אסאד זצ"ל והגה"ק ר' יצחק אהרן פעדערווייס זצ"ל.
*
זיינע עלטערן האבן א לענגערע תקופה נאך די חתונה נישט זוכה געווען צו האבן קיין קינדער, און שפּעטער נאך א ברכה פונעם בעלזער רב זי"ע איז זיי געבוירן געווארן זייער זוהן דער רבי זצ"ל.
ביים ברית האט געדינט אלס סנדק הגה"ק בעל תורת א' משאפּראן זצ"ל וועלכער האט געוואוינט אין בודאפּעסט נאך די מלחמה, אזוי אויך איז געווען דארט אנוועזענד הרה"ק ר' יעקב יוסף מסקווירא זי"ע וואס האט אויך זיך דארט אויפגעהאלטן אין יענע תקופה.
בשנת תש"י לפ"ק – ווען דער רבי איז נאך געווען גאר א יונג קינד – האבן זיינע עלטערן זיך ארויסגעצוגין קיין אמעריקע און האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, וואו זיי האבן געוואוינט פאר די קומענדיגע יארן פון זייער לעבן.
דער רבי זצ"ל איז אויפגעוואקסן אונטער די השראה פון זיינע עלטערען וועלכע האבן אין אים אריינגעגעבן א שטארקן חינוך לתורה ועבודה וגמילות חסדים, באזונדער האט זיין פאטער ז"ל אין אים אריינגעלייגט דעם "הדבק בתלמידי חכמים" וואס דער רבי זצ"ל האט אזוי גוט פארווירקליכט אלע זיינע יארן, ווי עס וועט שפעטער אי"ה ערווענט ווערן.
פון זיין פריען יוגנט האט רבי זצ"ל זיך שוין אויסגעצייכנט מער פון אנדערע בני גילו אויף א שטארקן פארנעם, מיט זיין געוואלדיגע שקידה בתורה און מיט זיין אויסטערלישן איידעלן התנהגות בחסידות וקדושה.
נאך בעפאר די בר מצוה איז ער אריינגעגאנגען לערנען אין די סאטמארער ישיבה ומתיבתא אין וויליאמסבורג, וואו ער איז געזעצן און געלערנט בהתמדה רבה לילות כימים. דארט אין ישיבה האט ער אנגעקניפּט גאר א נאנטן קשר מיט'ן גרויסן ראש הישיבה הגה"ק בעל תורת א' משאפּראן זצ"ל וועלכער איז – ווי דערמאנט – געווען זיין סנדק, און האט מקבל געווען פון אים במלוא חפניו בנגלה ונסתר ביז צו די פטירה פון שאפּראנער רב בשנת תשכ"ט.
און ס'איז גענוג דא צו ציטירן פון א בריוו וואס דער שאפּראנער רב זצ"ל שרייבט איבער אים, וואס ווארפט א שטיקל ליכט אויף זיינע אויסטערלישע מדריגות בתורה ויראת שמים שוין אין יענע יארן, און אין איינוועגס דערקענט זיך אויך די געוואלדיגע חבה והערצה פונעם שאפּראנער רב צו אים: "פרי קודש הילולים, ולא זזה ידו מתוך ידי... ובמשך עשר שנים שנתתי עיני עליו... אשר ממש לא ראיתי שהי' מבטל רגע מלימודו אלא משים לילות כימים לגירסא תדירא... והכל ביראה קדימה..."
אזוי אויך האט ער אויסגענוצט יענע תקופה להסתופף בצל קודש הקדשים רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וואו ער האט מיטגעהאלטן די געהויבענע תפלות און טישן פון רבי'ן פון וואס ער פלעגט שפּעטער אסאך רעדן מיט גרויס נאסטאלגיע, און כל ימיו האט ער זיך געהאלטן אלס א תלמיד מובהק פון רביה"ק זי"ע.
פאר א קורצע צייט האט ער אויך געלערנט אין ישיבה עצי חיים סיגעט ביי כ"ק מרן הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל, וואס ער האט זיך אלץ געהאלטן זייער נאנט מיט אים.
בשנת תש"ל איז דער רבי זצ"ל געווארן אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' משולם פייש מטאהש זצ"ל, ער האט זיך באזעצט אין קרית טאהש און זיין גרויסער שווער דער טאהשער רבי זצ"ל האט אים פון די ערשטע מינוט ארויסגעוויזן א גרויס חביבות, און אין יענע תקופה האט ער אים ממנה געווען צו דינען אלס דיין ומו"ץ אינעם שטעטל.
נאך א שטיק צייט איז ער געפארן קיין ארץ ישראל וואו ער האט זיך געדרייט ביי די גדולי ומצוקי ארעא קדישא און זיך אנגעשעפט מבארם הטהור, אין יענע תקופה האט ער זיך משלים געווען אין פילע מקצועות התורה ובעיקר בתורת הנסתר.
שפּעטער איז ער צוריקגעקומען קיין אמעריקע וואו ער האט זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, ער איז דאן בפקודת מר חותנו הרה"ק מטאהש זצ"ל אויפגענומען געווארן צו דינען אלס רב פון ביהמ"ד תפארת משולם טאהש אין וויליאמסבורג און גלייכצייטיג אויך אלס ראש הכולל, און דער רבי האט במשך די תקופה מרומם געווען דעם הייליגן טאהשער ווינקל אין שטאט.
*
דער ליזענסקער רבי זצ"ל איז געווען א זעלטענער פּערזענליכקייט, א איד וועלכער האט זיך משלים געווען אין אלע 3 עמודי העולם: תורה עבודה וגמילות חסדים, און אין די זעלבע צייט איז ער געווען דער צנוע ונחבא אל הכלים וועלכער האט נישט געוואלט מאכן א וועזן פון זיך, א איד וועלכער האט געלעבט פאר'ן באשעפער'ס וועגן, און טראץ זיין גדלות האט ער פאר זיך גארנישט געדארפט אויף דער וועלט נאר זיין עיקר ציל אין לעבן איז געווען צו פארשפּרייטן כבוד השי"ת ולהגדיל תורה ולהאדירה, וואס צוליב דעם האט ער טאקע מייסד געווען זיין ישיבה "נועם אלימלך ליזענסק" אויף וואס מיר וועלן אי"ה שפּעטער מרחיב הדיבור זיין.
די התמדת התורה פון רבי'ן זצ"ל איז געווען אין לשער, נאך פון אלס בחור אין די סאטמארער ישיבה איז ער געזעצן און געלערנט יומם ולילה – ווי עס איז מעיד זיין רבי דער שאפראנער רב זצ"ל אינעם אויבנדערמאנטן בריוו – און שפּעטער נאך די חתונה האט ער ממשיך געווען מיט זיין לימוד בהתמדה רבה אויף גאר א שטארקן פארנעם.
אין די ערשטע תקופה אלס יונגערמאן ווען ער האט געוואוינט אין טאהש פלעגט ער זיצן און לערנען צענדליגער שעות אין מעת לעת ממש בלי הפסק, צווישן זיינע חברותות מיט וועם ער פלעגט עוסק זיין בתורה זענען געווען די ארטיגע לאנגיעריגער מרביצי תורה יבלחט"א הגה"צ ר' יודא אליעזר יונגער שליט"א און הגה"צ ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א מבישטינא און נאך, עס איז געווען א רוטינע זאך צו זעהן דעם רבי'ן זצ"ל זיצן און לערנען מיט זיין חברותא במשך די גאנצע נאכט, ובפרט שב"ק וואס ער האט דאן כמעט זיך נישט אריינגעלייגט אין בעט נאר האט אויסגענוצט דעם גאנצן מעת לעת מבואו ועד צאתו פאר תורה ועבודת השי"ת.
מיט אזא הארעוואניע איז נישט קיין חידוש וויאזוי דער רבי זצ"ל איז אויסגעשטיגן צו ווערן אזא גאון ובקי עצום בכל מכמני התורה נגלה ונסתר, וואס ס'איז געווען צום באוואונדערן ווי פילע חלקי התורה זענען אזוי אפן פאר אים, הגם ער האט אזוי שטארק פרובירט כסדר דאס אויסצובאהאלטן פון אנדערע.
*
דער ליזענסקער רבי זצ"ל איז געווען פון די לעצטע מעתיקי השמועה בדורנו זייענדיג דבוק צו פילע צדיקי הדור הקודם זי"ע וואס כל ימיו איז ער געווען דולה ומשקה מתורתם לאחרים, ער האט מקיים געווען בהידור רב די מאמרי חכמינו ז"ל "כל ימי גדלתי בין החכמים" און "הוי מתאבק בעפר רגליהם של תלמידי חכמים והוי שותה בצמא את דבריהם" אויף א פארנעם וואס מען האט ווייניג געהערט בזמנינו, און בכל עת מצוא האט ער איבערגעגעבן פאר'ן קומענדיגן דור פארשידענע ענינים וואס ער האט בייגעוואוינט און מיטגעלעבט ביי די צדיקים, ווי אויך פילע ענינים קדושים פון די פריערדיגע צדיקים זי"ע וואס ער האט מקבל געווען ממקורות נאמנים, ארויסברענגנדיג אז די איינציגסטע זאך וואס קען אונז דערהאלטן אינעם היינטיגן דור איז צו רעדן כסדר פון די עבודת הצדיקים הקודמים.
באופן מיוחד שאין לשער האט דער רבי זצ"ל זיך געהאלטן דבוק ומקושר איז געווען רבן של ישראל הגה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע וואס ס'פארלאנגט זיך ממש אן עקסטער קאפּיטל דאס צו שילדערן, ער האט זיך מורא'דיג געקאכט אינעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע און פלעגט בקביעות פארלערנען פונעם ספה"ק נועם אלימלך ווען דערביי האט ער אריינגעברענגט אן אויסטערלישן טעם און געשמאק אין דעם הייליגן ספר ביי זיינע אלע תלמידים ושומעי לקחו, און ביי יעדן געלעגנהייט ובפרט ביי געהויבענע זמנים האט ער דערמאנט דעם זכות פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך אז ס'זאל מגין זיין אויף אלע משתתפים, ער האט צווישן אנדערע ארויסגעגעבן א ספר "אמירה נעימה" וואס אנטהאלטן א הערליכן פירוש און ליקוט אויף די תפלה קודם התפלה און צעטיל קטן פון הרה"ק ר' אלימלך זי"ע.
מיר האבן שוין פריער ערווענט אז בימי בחרותו געלערנט אין די סאטמארער ישיבה אין וויליאמסבורג וואו ער האט דאן זוכה געווען צו ווערן נתקרב להאי אילנא דחיי רביה"ק מסאטמאר זי"ע און זינט דאן האט ער זיך געהאלטן מקושר צו אים כל ימיו, ער פלעגט גאר אסאך עוסק זיין צו לערנען די ספרים פון רביה"ק זי"ע און איז געווען דבוק אין זיין הייליגן דרך וואס איז געווען נר לרגלו ואור לנתיבתו, ווי אויך פלעגט ער דערציילן פארשידענע עובדות ושיחות קודש וואס ער האט געהערט מפום ממלל רברבן רביה"ק זי"ע, בעיקר ביי די סעודת הילולא קדישא ביום כ"ו אב און ביים יום ההצלה כ"א כסליו וואס ער פלעגט אפּרעכטן מיט זיינע תלמידים מדי שנה בשנה.
באזונדער דארף מען דא דערמאנען ווי אין לויף פון פילע יארן האט דער רבי זצ"ל גאר שטארק צוגעהאלפן ארויסצוגעבן לאור עולם די מחזורים "דברי יואל" וואס האט אנטהאלטן דברי תורה ומנהגי קודש פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און איז אלץ געווען עולה על שלחנם פון אלפים ורבבות אידן, סיי די וועלכע האבן זוכה געווען מיטצולעבן די געהויבענע טעג בצל הקודש וואס פאר זיי האט דאס אויפגעברענגט לעכטיגע זכרונות מימי קדם, און אויך פאר די אידן שלא זכו לראות את האור הגדול וואס זענען נתעורר געווארן פון די הייליגע ווערטער פון מרן רביה"ק זי"ע.
ביי די אלע צענדליגער טויזענטער אידן וועלכע טוען שופך שיח זיין אינעם מחזור דברי יואל יעדן יו"ט, האט גאר שטארק אויסגענומען די אויסטערלישע ווארימע הסכמה וואס דער ליזענסקער רבי זצ"ל האט געשריבן פאר די חשוב'ע מוציאי לאור, וואו ער ברענגט ארויס די חשיבות פון פארשפּרייטן די הייליגע תורות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, ובעיקר די מעשה וואס ער שרייבט דארט אז אין איינע פון די ווייטע שטאטן אין אמעריקע האט אן ארטיגער רב פון גאנץ א שוואכע קהלה פארגעלערנט בליל שבועות פאר בני קהלתו פונעם מחזור דברי יואל, און די הייליגע ווערטער האבן געמאכט אזא רושם ביי די אנווענזענדע אז פילע זענען דאן נתעורר געווארן לתשובה און האבן פון דעמאלס זיך פארבעסערט אין אלע הינזיכטן פון אידישקייט! דער רבי זצ"ל האט אויסגעפירט אז פון דעם זעהט מען כאטש אביסל ווי ווייטגרייכנד עס איז די הייליגע השפעה פון רביה"ק זי"ע.
אן עקסטערן דביקות האט דער רבי זצ"ל געהאט אין הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, וואס הגם ער האט פּערזענליך נישט געהאט די זכי' אים צו קענען איז דאס אבער געווען נמשך לו מאביו ז"ל וועלכער איז געווען שטארק דבוק אינעם בעלזער רב זי"ע, נאך דערצו אז ער איז דאך – ווי דערמאנט – געבוירן געווארן בברכתו של אותו צדיק, און ער האט טאקע שטענדיג געהאלטן מיט זיך א סגולה פונעם בעלזער רב זי"ע וואס ער פלעגט צומאל געבן אונטערצולייגן פאר א חולה וכדו'.
אין זיינע יונגע יארן האט ער זוכה געווען זיך צו דרייען ביי די צדיקי הדור פון אמעריקע, ווי הרה"ק מסקווירא זי"ע, הרה"ק ר' מנחם מענדל מסטראפּקוב זי"ע, און הגאון הגדול ר' יונתן שטייף זצ"ל אבד"ק עדת יראים וויען, וואס, אגב, דער רבי זצ"ל פלעגט דערציילן וואס ער געדענקט פון אלס קינד ווי אריינקומענדיג מיט זיין פאטער הגה"ח ר' שם טוב ז"ל צו הגאון ר' יונתן שטייף זצ"ל האט דער גאון זיך אויפגעשטעלט, זאגנדיג אז ער טוט דאס לכבודו פון זיין זיידן דעם בעל שארית נתן בנימין וויבאלד רבו הגה"ק בעל שבט סופר זצ"ל האט אים גאר שטארק מחשיב געווען באופן יוצא מן הכלל. אזוי אויך פלעגט ער זיך דרייען ביי די זקני האדמורי"ם אין אמעריקע פון פריערדיגן דור, הרה"ק ר' איתמר זצ"ל האדמו"ר הזקן מנדבורנא, הרה"ק מסקאליע זצ"ל, הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישאן זצ"ל און נאך.
באזונדער האט ער אנגעקניפּט א נאנטן קשר מיט דעם צדיק נשגב הרה"ק בעל חקל תפוחין מקאלוב זצ"ל, וואס ער האט פון מקבל געווען פילע הנהגות וענינים קדושים ובעיקר דעם געהויבענעם נוסח התפלה בהשתפכות הנפש מיט וואס ער פלעגט צו דאווענען כל ימי חייו.
אין די תקופה נאך די חתונה ווען ער האט זיך געפינען אין ארץ ישראל איז ער געווארן מקושר מיט הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל וועלכער פלעגט אלץ בעפאר'ן אריינקומען צום טיש פרעגן אויב "יוסף מאיר" איז שוין דא, הרה"ק ר' צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל, הרה"ק דער באבא סאלי זצ"ל, הגאון הגאון הגדול ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל ביי וועם ער האט גענומען אסאך שימוש בהוראה, און נאך.
צוליב זיין חבה והערצה צו יעדע זאך וואס האט געהאט א שייכות מיט די צדיקים הקודמים האט דער רבי זצ"ל כסדר זיך געזאמלט חפצי קודש פון צדיקים וואס ער האט זיך געשאפן בדמים יקרים, ער האט געהאט א ריזן זאמלונג פון פילע פארצייטישע ספרים און חפצים וואס האבן באלאנגט צו די אמאליגע צדיקים, צווישן די איז געווען א הגדה של פסח בכתי"ק פון הגה"ק המקובל ר' שלו' שרעבי זי"ע, א בעכער וואס האט באלאנגט צום הייליגן בעש"ט זי"ע, א פּאר תפילין פון הרה"ק ר' זושא מאניפּאלי זי"ע, און נאך אומצאליגע היסטארישע חפצי קודש, וואס פון צייט צו צייט פלעגט ער בחפץ לב ארויסגעבן ספרים פון זיין אוצר דאס צו קענען ארויסגעבן לאור עולם כדי לזכות את הרבים.
*
"ומתלמידי יותר מכולם", אט דער מאמר חכמינו ז"ל איז געווען ממש אן אפשפיגלונג אינעם מהות פונעם גרויסן נפטר דער ליזענסקער רבי זצ"ל, וואס מען קען געוויס זאגן אן קיין שום גוזמא אז ער איז געווען פון די סאמע גרעסטע מרביצי התורה והחסידות בדורנו אויף אזא פארנעם וואס ס'איז ממש נישט געווען בדומה לו, און ס'איז זיכער נישט מעגליך דאס אלעס ארויסצוברענגען אין די ראמען פון איין ארטיקל וויבאלד ס'איז ארוכה מארץ מדה, וואס וויפיל מען וועט שרייבן וועט נישט גענוג ווערן ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע עבודת הקודש בהרבצת התורה וואס ער האט געהאלטן אלס משאת נפשו פון ימי חייו עלי אדמות.
דער רבי זצ"ל וועלכער האט ליידער נישט געהאט קיין גרינג לעבן און איז אדורך פארשידענע שווערע נסיונות, איז אבער נישט נתפעל געווארן פון גארנישט און האט געזוכט בלויז וויאזוי אריינצוברענגען אין אידישע הערצער תורה וחסידות אויפ'ן אמאליגן פארנעם, ער האט נישט געדארפט קיין אייגענע קהלה מיט קיין מוסדות וכדו' וואס כלל ישראל איז ב"ה דערמיט גענוג געבענטשט, נאר מיט זיין ברען און קאך פאר לימוד התורה און חסידות האט ער געשפּירט פאר וויכטיג אז עס פעלט זיך אויס א ישיבה פאר יונגע בחורים וואו מען זאל אריינפרעגן אין זייערע הערצער אהבת התורה און א ברען פאר עבודת השי"ת על דרך הצדיקים הקודמים זי"ע, און זעהנדיג אז אין דעם איז פארהאן א חלל האט ער מיט נאנט צו 40 יאר צוריק מייסד געווען זיין ישיבה, וואס ער האט א נאמען געגעבן "נועם אלימלך" ע"ש הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע און ער פלעגט כסדר זיך אויסדריקן ווי ער שפּירט אז דער כח פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע באגלייט די תלמידי הישיבה בכלל ובפרט.
דוכט זיך אז אינעם גאנצן כדור העולם וואו עס געפינען זיך חסיד'ישע אידן – פון וועלכן קרייז עס זאל נאר זיין – איז נישט פארהאן איינער וואס האט נישט געהערט אמאל פון די וועלט בארימטע מבצר התורה והחסידות "ישיבה נועם אלימלך" וואס האט ממש נישט זיין גלייכן אין די אידישע וועלט, וואס מען קען רעדן און רעדן איבער די ישיבה און נישט ענדיגן, א ישיבה וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן בלויז מיט די מטרה אהערצושטעלן ערליכע חסיד'ישע בחורים אויפ'ן פארצייטישן שטייגער, בחורים וועלכע זאלן שטייגן אין לערנען און קונה שלימות זיין אין פילע חלקי התורה בעיון רב, און גלייכצייטיג ווערן אויפגעפלאמט מיט'ן אמאליגן חסיד'ישן ברען, וואס דער מיזוג פון ביידע צוזאמען איז די גרעסטע פּאנצער קעגן די אלע שווערע נסיונות פון די היינטיגע וועלט.
גלייך ביים גרינדן די ישיבה האט דער רבי זצ"ל אויפגענומען א געקליבענעם שטאב פון די חשוב'סטע לומדים און משפיעים מפורסמים מעידית שבעידית פונעם יהדות החרדית, וואס זאלן קענען אריינדרינגען תורה ויראת שמים אין די הערצער פון די עדרי צאן קדשים, ער האט נישט געשפּארט קיין שום געלט דערויף, און אזוי האט ער אוועקגעשטעלט די ישיבה אין א ריין חסיד'ישע אטמאספארע מיט'ן ריכטיגן אמאליגן חן, וואס נישט אומזיסט איז געווען זייער נישט לייכט צו ווערן דארט אנגענומען אלס א תלמיד וויבאלד עס איז שטענדיג געווען גאר א גרויסן פארלאנג פון פילע טאטעס וועלכע האבן געוואלט אז זייערע קינדער זאלן נתחנך ווערן אין דעם אויסגערופענעם הייליגן פעסטונג פון תורה וחסידות.
די ישיבה האט אין די ערשטע יארן זיך געפינען אין וויליאמסבורג, און בערך אין יאר תשנ"ו האט זיך דאס ארויסגעצויגן צום יעצטיגן לאקאל ביים ווינקל פון מאנסי וואו עס איז מתנוסס לשם ולתפארה ביז'ן היינטיגן טאג, די געביידע האט בעפאר דעם געדינט אלס אן האטעל, און מערקווירדיג אז אמאל ווען מען האט גערעדט מיט'ן רבי'ן זצ"ל איבער אוועקציען די ישיבה צו א גרעסערן פּלאץ, האט ער נישט געוואלט זאגנדיג אז מיט יארן פריער איז דארט איינגעשטאנען הרה"ק מריבניץ זצ"ל און ער שפּירט ווי זיין הייליגע השפעה רוהט אין דעם פּלאץ.
ווי קען מען דען שילדערן וויפיל השפעות דקדושה דער רבי זצ"ל האט במשך ימי חייו אריינגעגאסן אין זיינע תלמידים הקרויים בנים, סיי דורך די שיעורים אין מוסר וחסידות וואס ער האט פארגעלערנט בקביעות אין ישיבה, צי איז דאס געווען דער טעגליכער שיעור אין חובת הלבבות, צי דער שיעור בספה"ק נועם אלימלך ליל שב"ק נאכ'ן דאווענען מיוחד בלויז פאר די בחורים מצויינים, און סיי דורך זיין התלהבות'דיגע עבודה וואס האט אריינגעברענגט אין די בחורים א חשק צו דינען השי"ת בלבב שלם.
במשך די אלע צענדליגער יארן האט דער ליזענסקער רבי זצ"ל אויפגעהויבן דעם ניווא פון די ישיבה אויף גאר א הויכן פארנעם עד אין לשער, און ביז'ן היינטיגן טאג איד דאס א שם דבר אין די גאנצע חסיד'ישע וועלט באוואוסט מיט אירע שיינע פירות, די ישיבה נועם אלימלך איז באמת א מתנה וואס דער רבי האט געגעבן דעם חרדי'שן אידנטום אין אמעריקע – און אפשר אויך איבער דער גארער וועלט – א ישיבה פון וואס עס זענען ארויסגעקומען טויזענטער ערליכע חסיד'ישע אינגעלייט וואס זענען לשם ולתפארת היהדות החרדית, פון די שענסטע אינגעלייט אומעטום מלאים וגדושים בתורה וחסידות, וואס אויף אלע דערקענט זיך ביז'ן היינטיגן טאג דעם חותם פונעם גרויסן מייסד הישיבה דער רבי זצ"ל.
דער רבי פלעגט גאר אסאך קומען אין ישיבה זיך צו געפינען מיט די תלמידים הקרויים בנים וואס זענען געווען ביי אים אלעס אויף דער וועלט, ער פלעגט עפי"ר ארומגיין צווישן די בחורים און זיי ארויסגעוויזן א סבר פנים יפות וואס דאס זעלבסט האט זיי געגעבן דעם חשק צו שטייגן בתורה ויראה, אין די ערשטע תקופה פלעגט ער קומען דאווענען שחרית מיט די בחורים מדי יום ביומו, און ער פלעגט שוין קומען צום סדר הלימוד פארטאגס וואו די בחורים האבן געקענט צוזעהן מדי יום ביומו ווי ער איז געזעצן אין זיין ווינקל אין ביהמ"ד און געלערנט בהתמדה רבה.
יעדן טאג האט דער רבי זצ"ל פארגעלערנט א שיעור גמרא פאר די תלמידים פון די עלטסטע כיתה, און דאנערשטאג נאכמיטאג האט ער זיי געגעבן א וואונדערליכן שיעור אין ספה"ק חובת הלבבות באגלייט מיט ווארימע חיזוק שמועסן אין פארשידענע ענינים, אין די פריערדיגע יארן פלעגט דער אויך צו פארהערן יעדן דאנערשטאג.
א שב"ק אין ישיבה מיט'ן רבי'ן זצ"ל איז געווען א תענוג רוחני וואס וועט נישט ארויסגיין פון זכרון פון די תלמידים וואס האבן דאס מיטגעלעבט, עס איז געווען א זכי' מיטצוהאלטן די גרויסע עבודה פון רבי'ן ווי ער האט אריינגעקאכט אינעם שב"ק מיט אזא מין רגש און התלהבות בכל לבבו ונפשו, און זייענדיג א יודע נגן האט ער מחבר געווען א צאל ווארימע ניגונים – און אויך אויפגעפרישט פארצייטישע הייליגע ניגונים – וואס ער פלעגט זינגען מיט די תלמידים בהתעוררות רב.
דער רב זצ"ל פלעגט עפי"ר רוב דאווענען פאר'ן עמוד מנחה לערב שב"ק וואס איז געווען מיט זיין אייגנארטיגן ווארימען נוסח, און אויף קבלת שב"ק – אזוי אויך ביי אלע תפלות שב"ק ויו"ט – האט ער שטארק מהדר געווען אז מען זאל צושיקן דוקא א שיינעם בעל תפלה בקול נעים וחזק וואס זאל קענען אנווארעמען דעם צבור.
נאכ'ן דאווענען האבן די בחורים מצטיינים געהאט די זכי' אריינצוגיין צום רבי'ן זצ"ל מיטהאלטן די געהויבענע עבודה פון שלו' עליכם און קידוש, בעפאר דעם פלעגט דער רבי זיי פארלערנען פון ספה"ק נועם אלימלך, שפּעטער בעפאר כל מקדש איז דער רבי אריינגעקומען פירן טיש בהיכל הישיבה וואו מען האט געזינגען די זמירות אויף זיינע ווארימע ניגונים, און נאכ'ן טיילן די פירות האט ער געטאנצט מיט די פרישע חתנים פון יענע וואך.
דאס דאווענען שחרית שב"ק בבחי' כל עצמותי תאמרנה, און ווער רעדט נאך דער קלימאקס ביי די געהויבענע שלש סעודות וואס איז געווען לעילא ולעילא, וואו תיכף נאכ'ן זמן פלעגן קומען תלמידי חכמים און חסידים ואנשי מעשה פון איבער די שטאט מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד, און איז נאכגעפאלגט געווארן מיט די מלוה מלכה וואו דער רבי פלעגט דערציילן סיפורי צדיקים אויף זיין געהויבענעם שטייגער.
פון די געהויבנסטע זמנים וואס די תלמידים האבן מיטגעהאלטן אלע יארן איז געווען ביים צינדן חנוכה ליכט, וואו ער פלעגט מאריך זיין ביי די זמירות און בעיקר ביים פיוט "חשוף" וואס איז געווען מיט בכיות נוראות, וואס בכלל פלעגט ער אלץ פארגיסן דמעות שליש ביי די תפלות וואו מען האט געבעטן אויף די גאולה השלימה והתרוממות קרן ישראל, עפי"ר האט ער געצינדן די ליכט ביי זיך אין שטוב און בלויז איין נאכט האט ער געצינדן ברבים אין ישיבה וואו פילע געוועזענע תלמידים פלעגן קומען זיך משתתף זיין.
זיין ספירה ציילן אויפ'ן באוואוסטן קאלובער נוסח איז געווען א שם דבר, אזוי אויך די גרויסע עבודה ל"ג בעומר ווען ער האט מדי שנה געפּראוועט א גרויסע הדלקה.
די פילע אומצאליגע תלמידי הישיבה בליעה"ר זענען פארבליבן מקושר צו אים כל ימי חייהם און ס'איז קיינמאל זיי נישט ארויס פון די ביינער די הייליגע השפעה וואס ער אויף זיי איבערגעלאזט, במשך השנים האבן די תלמידים זיך געוואלט ווייטער האלטן אינאיינעם און ע"פ בקשתם האט דער רבי זצ"ל מייסד געווען א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג פאר די יוצאי הישיבה וואו ער פלעגט קומען זיי מחזק זיין פון צייט צו צייט, שפּעטער האבן די תלמידים אין לעיקוואד אויך זיך צוזאמגענומען אין א קיבוץ תחת דגלו ונשיאותו אינעם ארטיגן ביהמ"ד עטרת צבי זידיטשוב, וואס אין די לעצטע יארן פלעגט דער רבי זצ"ל דארט פּראווען די הייליגע עבודה אין די ימים הנוראים, און מען דארף טאקע דא דערמאנען לשבח דעם בעל אכסניא הנדיב הדגול מוה"ר אברהם ישעי' ענגעל הי"ו וועלכער האט מורא'דיג געטריי זיך איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זצ"ל.
*
דער ליזענסקער רבי זצ"ל איז געווען א איד א בעל צורה, זיין לעכטיגער שמייכל האט אלץ אראפּגעשיינט פון זיין איידעלן געזיכט, און עס האט זיך קיינמאל נישט אנגעזעהן אויף אים אז ער האט ליידער נישט געהאט קיין גרינג לעבן, ער האט ריכטיג מקיים געווען דעם "לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי" און האט אין די הייליגע תורה געטראפן א טרייסט אין אלע זיינע מצבים.
זיין אמונה איז געווען אויף א העכערע מדריגה, ווען אימער ער האט גערעדט פון אמונת ה' האט מען געשפּירט ווי ער לעבט דערמיט, זייענדיג א ריכטיגער נאה דורש ונאה מקיים.
אין צוגאב צו זיין עבודת הקודש בהרבצת התורה האט דער רבי זצ"ל אויך זיך אפּגעגעבן אויפצוטוהן פאר אידישקייט אין סיי וועלכן תחום, ער פלעגט אסאך מקרב זיין שוואכערע אידן צום ערליכן וועג, ס'איז געווען צום באוואונדערן וויאזוי ברוב חכמתו ובינתו האט ער פארשטאנען צו יעדן איינעם זיין שפּראך, אין איין מינוט האט ער געגעבן אן עצה פאר א געהויבענעם בחור וויאזוי צו שטייגן בעבודת ה' א העכערע מדריגה, און א מינוט דערויף האט ער געקענט רעדן מיט א מאדערנעם איד געבנדיג יענעם עצות אין אלע ענינים כדי אזוי אים מקרב צו זיין לתורה, ער האט געהאט אן אייגנארטיגן וועג וויאזוי זיך אראפּצולאזן צו יעדן איינעם און זיך צו דערגרונטעווען צו די טיפענישן פון אידישע הערצער, און נישט אומזיסט האט ער אין די לעצטע יארן זיך ערווארבן אזויפיל מעריצים פון אלע שיכטן אין כלל ישראל וועלכע האבן געזעהן אין אים אן אמת'דיגן מענטש וואס איז משמיע דעם דבר ה' אן קיין זייטיגע חשבונות.
גלייכצייטיג איז דער רבי זצ"ל אנטלאפן פון אלע גינוני כבוד ופרסום כמטחווי קשת, עס האט אים קיינמאל נישט אינטערעסירט זיך אויפצובויען מיט אן אייגענעם קרעמל פון חסידים וכדו', ער האט טאקע נאכגעגעבן זיינע תלמידים צו עפענען אייגענע בתי מדרשים אין וומסב"ג און אין מאנסי ווי דערמאנט, אבער דאס איז שוין אויך געווען צופיל פאר אים און שפּעטער האט ער שוין נישט געלאזט עפענען בתי מדרשים אין אנדערע שטעט זאגנדיג אז ס'פעלט אים נישט אויס, ובפרט אין זיין שטאט מאנסי האט ער בשום אופן נישט צוגעלאזט מען זאל אים מאכן א ביהמ"ד, אים האט נישט געקימערט צו דאווענען אין אנדערע בתי מדרשים, ווייל משאת נפשו איז געווען דאס אויפשטעלן א לגיון של מלך פון חסיד'ישע בחורים מיט'ן פארצייטישן שטייגער און גארנישט מער.
עס דערציילט איינער פון די חשוב'ע תלמידים וועלכער איז מיטגעפארן מיט'ן רבי'ן זצ"ל אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפּע, אז די גאנצע צייט האט דער רבי זיך מזכיר געווען ביי ציונים הק' אז ער זאל האבן די זכי' מעמיד צו זיין תלמידים הגונים, דאס איז געווען זיין עיקר בקשה טראץ דעם וואס ער האט דאן נעבעך געליטן יסורים ומכאובים!
*
מיט עטליכע יאר צוריק האט דער רבי זצ"ל אנגעהויבן ליידן אויף פארשידענע געזונטהייט קאמפּליקאציעס ל"ע, און מען דארף דא דערמאנען די געטרייע משמשים בקודש וואס יומם ולילה לא ישבותו זיך אוועקצוגעבן פאר'ן רבי'ן במסי"נ ממש.
פארלאפענעם יו"ט פסח האט דער רבי זצ"ל געפּראוועט אין זיין ביהמ"ד אין לעיקוואד, נאך פסח איז ער געפארן קיין ארץ ישראל וואו ער האט געדארפט דורכגיין א מעדיצינישע באהאנדלונג, דורכאויס די עטליכע וואכן האט ער געדאווענט בבית מדרשו פון ידידו וריעו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א אין בני ברק.
זונטאג פ' במדבר [נשא אין ארה"ק] איז דער רבי זצ"ל אריין אין תל השומר שפּיטאל אין תל-אביב זיך צו לאזן אונטערזוכן נאכ'ן ליידן אן אינפעקציע ל"ע, דינסטאג ר"ח סיון האט ער נאך געדאווענט אלע תפלות ווי געהעריג, אבער פּלוצלינג איז אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב און ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה ובוראה.
די ביטערע בשורה איז בליץ-שנעל פארשפּרייט געווארן אומעטום, און א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט ביים יהדות החרדית ובפרט ביי די צענדליגער טויזענטער תלמידים וועלכע האבן פארלוירן דעם רבי'ן און האבן געשפּירט ווי מען האט נישט געהאט די געלעגנהייט געהעריג מתפלל צו זיין פאר אים.
כמנהג אר"י אז מען מאכט די לוי' אינעם זעלבן טאג איז די לוי' פארגעקומען דינסטאג שפעט נאכמיטאג ביים ביה"ח אין צפת, וואו צווישן די מלוים האט זיך אנגזעהן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. עס האבן מספיד געווען: כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א, און דעם רבי'נס מחותן הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א, דערנאך האט מען געהערט הספדים דורכ'ן טעלעפאן פון: כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, חתנו הגה"צ ר' שמעון שטערן שליט"א, און נכדו חביבו הרה"צ ר' שרגא יודא שטערן שליט"א.
ער איז געקומען למנוחתו הנכונה אין די חלקה אשר כרה לו מחיים, סמוך ונראה צום ציון פונעם אר"י הק' זי"ע, דער רבי זצ"ל לאזט איבער זיין חשוב'ע אלמנה הרבנית הצדיקת תליט"א וועלכע האט אים אויסטערליש געטריי באדינט אסאך יארן, זיין איינציגע טאכטער הרבנית שטערן תליט"א פון קרית טאהש אשת הרה"צ ר' שמעון שליט"א בן הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א.
ער לאזט אויך איבער די פילע טויזענטער תלמידים ומעריצים וואס וועלן שטענדיג אים געדענקן, און ער וועט אוודאי זיין פאר זיי אלע א מליץ יושר מגנזי מרומים.
צו די יום השלשים פון די פטירה פון רבי'ן זצ"ל ווערט ארגאניזירט א גרויסארטיגער עצרת הספד והתעוררות, וואו די פילע תלמידים וחסידים וועלן זיך צונויפקומען תחת קורת גג אחד צו באוויינען די גרויסע אבידה און האבן די געלעגנהייט לעסוק כראוי בהספדו של אותו צדיק, וואס איז ליידער נישט געווען קיין געלעגנהייט אים אפצוגעבן דעם כבוד האחרון ווי עס דארף צו זיין וויבאלד די לוי' איז פארגעקומען אין איילעניש ביום הפטירה אין ארץ ישראל ווי שוין באריכטעט.
דער עצרת הספד וועט אי"ה פארקומען די קומענדיגע וואך דאנערשטאג אווענט פ' שלח אין די זאלן פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג, בשעה 8:30, וואו חשוב'ע רבנים שליט"א און גדולי התלמידים וועלן משמיע זיין דברי קינה והספד אויף די גרויסע אבידה וואס האט אונז באטראפן, און דערביי וועט מען זיך מחזק זיין במשנתו הטהורה און מנציח זיין זכרו הבהיר, ויה"ר אז ער זאל זיין א מליץ יושר משמי מרומים פאר אלע זיינע תלמידים וחסידים און פאר גאנץ כלל ישראל.
תנצב"ה







תגובות