top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חתונה בבית הגה''צ רבי דניאל אלתר ראש ישיבת פני מנחם

דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - ברינה ובצהלה איז נעכטן געפראוועט געווארן אין ירושלים די חתונה פון די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם מיט די חתן זון פון הגאון החסיד ר' ישראל שלסר פון וויען, עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון בניני האומה מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חברי קהילת פני מנחם ובאי בית מדרשו פונעם מחותן ביהמ''ד 'ארי שבחבורה', אזוי אויך פילע געסט ידידים ומעריצים פון חוץ לארץ, בראש השמחה האבן מפאר געוועהן הרבנים הגאונים בני הרה"ק בעל 'פני מנחם' מגור זצ"ל ובראשם די פעטער משני הצדדים דער ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים, ווי מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות, די מעמד החופה איז פארגעקומען פארנט פונעם זאל אויף גאר א געהויבענע פארנעם, נאכן זינגען ניגוני דבקות פאר א לענגערע צייט האט די מחותן אבי הכלה הגאון רבי דניאל אלתר אויפגעטרויטן מיט קורצע דברי התעוררות, און דערנאך מכבד געווען אחיו הגדול הגאון רבי שאול אלתר משמיע צו זיין דברי כיבושין אין דעם געהויבענעם זמן.

מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די פעטער הגאון ר' שאול אלתר שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער פון חתן הרה"ג ר' משה בצלאל בורזיקובסקי, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע'ס פון חתן אין די פעטער'ס הרה"צ רבי יעקב מאיר אלתר בנו בכורו פונעם פני מנחם און הרה"ג ר' בערל ליפל איידעם פונעם פני מנחם, ברכה אחריתא די פעטער הרה"צ רבי איטשע דוד אלתר שליט"א ראש כולל גור אין בני ברק, נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה.


תיכף נאך די מעמד החופה זענען אלע קינדער פונעם רבין דער פני מנחם ערשינען אינעם זאל ווי די גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן מזל טוב קרוב צו א שעה צייט.

נאך א קארצע הפסקה איז די אבי הכלה אריינגעקומען צום סעודת החתונה, דערנאך איז אריינגעקומען, בעת ווען די פעטער הגאון ר' שאול אלתר איז אריינגעקומען אינעם זאל האט מעו זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויפן פלאץ, במשך די שמחה האט מהנה געווען בפרקי שירה די בארימטע בעל מנגן ר' מענדל ווערדיגער וואס איז געקומען צו פארן פון ניו יארק צו די חתונה.

במשך די סעודה האבן אויפגעטרויטן מיט דברי תורה די אלע קינדער פון הרה"ק בעל הפני מנחם זי"ע, עס האבן זיך אנגעזען אדמו''רים רבנים ואישי ציבור צווישן זיי האדמו''רים מסקולען ירושלים - טריסק - באסטאן - גאב"ד קרית צאנז ירושלים און הרה"צ רבי שלום רוקח נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס האלט אן א חברותא'שאפט מיטן מחותן אבי הכלה ר' דניאל.

דורכאויס די שמחה האבן זיך פילע חסידים ואנשי מעשה געשלענגערט אין די רייע צו וואונטשן מזל טוב פאר די אבי הכלה הגאון ר' דניאל וועלכע האט פארטיילט ציגארן כמנהג גור, נאכן בענטשן איז מען אראפ טאנצן אין צענטער פונעם זאל ווען דערביי האָט מען ממשיך געווען די פרייליכע ריקודין לכבוד השמחה וואָס האָט אָנגעהאַלטן א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות, ספעציעל ווען עס זענען אראפ געקומען די חשובע פעטער'ס קינדער פונעם פני מנחם און האבן אינעיינעם געטאנצן בשבת אחים גם יחד.

איידער די מצווה טאנץ האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' שמואל יוסף שלאס משמח געווען מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן וכלה, און דערנאך האט ער מיט הארציגע דברי חרוזין אויפגערופן די געהויבענע פעטער הגאון ר' שאול אלתר, וועלעכע האט דערנאך געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה אינאיינעם מיט אחיו הגדול הגאון רבי יעקב מאיר אלתר, אין דערנאך א באזונדערע ריקוד מיטן ברודער די אבי הכלה, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די ריקודין של מצוה פון די זיידעס און מחותנים.



Comments


bottom of page