top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממכנובקא בעלזא באזוכט אינעם עיר התורה לעיקוואד

מאנטאג פ' משפטים ה'תשפ"ג


קול בחצרות - פארלאפענע וואך בעת ווען כ"ק אדמו"ר ממחנובקא מבעלזא שליט"א איז געווען צוגאסט אין לעיקווד האט די רבי ווי געמאלדן אפגעשטאט א באזוך ביי די ראש ישיבה הגאון הגדול רבי מלכיאל קוטלר ר"י בית מדרש גבוה דלעיקווד, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס נאכן באזוך איז די רבי ארויף צום בית הספרים פון הגאון האדיר רבי אהרן קוטלר זצ"ל אין בנין ישיבה גבוה דלעיקווד, ווי מהאט געוויזן פארן רבין אלטע ספרים, און א אלטע ספר תורה פון בעמח"ס גדולה תרומה, דערנאך איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין די אפיסעס פונעם מפעל אדאפט כולל, די מנהלים האבן אויפגענימען דעם רבין מיט גרויס כבוד, און איבערגעגעבן פארן רבין א באריכט פון זייערע פעולות לטובה אוועקשטעלן תורה בישראל פאר בני ארץ ישראל דורך די שותפות פון בתי מדרשים אין חוץ לארץ, און די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און זיי אנגעוונטשן מיט גרויס הצלחה, אויך איז די רבי ארויף צום שטוב פון הנגיד ר' דב שיינערמאן ווי עס איז פארגעקומען א רייכע מסיבה של מצווה לטובת היכלי הקודש.


פרייטיג אונדערפרי פאר שחרית האט באזוכט ביים רבין אין די אכסניה אין לעיקווד, די ראש ישיבה הגאון רבי ירוחם אולשין, אין די נאכמיטאג שעות האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום טשעסטנאט רידזש געגנט נעבן מאנסי ווי די רבי האט געויילט אויף שבת אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף ויינבערג נו"נ לאדמור"י סלונים ווי די רבי האט אויפגענימען די חשובע נגידים הנגיד ר' אליש אנגלנדר און בנו הרב פנחס נפתלי ענגלאנדער וועלעכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת.


שפעטער איז געווען אויף א באזוך ביים רבין הגאון רבי ישראל דוד שלעזינגר אב"ד שערי תפילה אין מאנסי.


דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן די תפילות און טישן בבית האכסניה אויף א פריוואטע פארנעם, שבת נאכמיטאג פאר מנחה זענען אנגעקומען א גראפע חסידים פון מאנסי וועלעכע האבן געמאכט דעם לאנגע וועג צופינסנס מיטצוהאלטן דעם טיש רעווא דרעווין בצל הקודש.

bottom of page