פארגאנגענעם ליל שישי האט כ''ק האד' ממכנובקא בעלזא שליט''א געדאווענט מעריב אינעם היסטארישן סידור פונעם הרה''ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי''ע.
דער סידור איז געברעגנט געווארן צום רבין דורך הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק, פארן דאווענען האט די רבי א לענגערע צייט מעיין געוועהן אינעם סידור אין די הזכרות אריינגעשריבן בכתב יד קדשו פונעם הייליגן טשערנאבלער מגיד זי''ע אין דערנאך געדאווענט מעריב אינעם סדר, נאך מעריב האט זיך די רבי ווארעם באדאנקט פאר ר' משה שמואל פארן איהם מזכה זיין צו דאווענען אין דעם הייליגן סידור


Comments