אין א פרישן אונטערנעמונג לפאר ולרומם את בית ה', ווערט אין די טעג דורכגעפירט אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל מַאסיווע רענאווציע אין איבערפרישונג ארבעט ביי וועלכן דער ביהמ"ד הגדול וועט בַאקומען א נייע מלכות'דיגע צורה, מיטן גַאנצן פרַאכט און גלַאנץ. מיט עטליכע ווָאכן צוריק הָאט מען אנגעהויבן מיט די רענָאווַאציע אויף די העכערע שטָאק, ביים עזרת נשים פנעם ביהמ"ד וועלכע ווערט אצינד צום ערשטן מָאל נאך קרוב צו 50 יאהר איבערגעבויט און אהערגעשטעלט אויף א פרַאכטפולן פַארנעם, צו געבן דעם נויטיגן החרבת הדעת פאר די נשים צדקניות ווָאס קומען כסדר מיטהַאלטן די תפלות בשבתים וימים טובים. אצינד האט מען אונטערגענימען די רענאוואציע ארבעט אויך אויפ'ן דרויסענדן סטרָאקטור פונעם עזרת נשים, אינעם היכל הביהמ''ד וועלכע איז אהערגעשטעלט געווָארן מיט אריבער דרייסיג יָאר צוריק, נאדעם ווָאס ביז דעמָאלט זענען די דרויסענדע ווענט פונעם עזרת נשים געשטַאנען רוי און און ליידיג. דעמָאלט הָאט די הנהלת הקהלה אהערגעשטעלט דעם נייעם אויסזען, פון הָאלץ און אויסשניצונגען. אין אצינד גרייט מען זיך פונדָאסניי אהערצושטעלן דעם גַאנצן געבוי פון די ווענט פונעם עזרת נשים אינעם היכל ביהמ''ד הגדול, ווָאס וועט הערליך אהערגעשטעלט ווערן, ברוב פאר והדר ווי עס ּפַאסט זיך פאר דעם בית ה', דער וואך בשעת די רענאווציע ארבעט איז דער גרויסער היכל געווען צייטווייליג פארשלאסן אין דעם שבת
top of page
bottom of page
Commentaires