top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הבא • האד' מערלוי צוגאסט אין ניו יארק

דאנערשטאג פ' בשלח יא שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - נעכטן דינסטיג האט כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א געלאנדעט אין די JFK עירפארט ביים אנקומען האבן אפגעווארט דעם רבין שליט"א א גרויסע צאל חסידים און נכבדי הקהילה וועלעכע זענען אריבער שלום נעמען.די רבי שליט"א האט געדאוונט מעריב אינעם ארטיגע בית חב"ד, נאך מעריב האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי עס זענען געווען אנוועזנד עטליכע רבני חב"ד, מען האט געזינגען ניגוני חב"ד לרגל די הילולא קדישא פונעם ריי"ץ פון לויבאוויטש, און די רבי האט משמיע געווען דברות קודש.


פונעם עירפאט איז די רבי שליט"א צום ערשט צוגעפארן קיין בארא פארק אויף א באזוך ביים ברודער הגה"צ אב"ד ערלוי בארא פארק שליט"א, פון דארט איז די רבי געפארן קיין פלעטבוש צום אכסניה אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם יוסף הופמאן ווי די רבי שליט"א וועט זיך אויפאהאלטן די קומעדיגע טעג.


היינט פארמיטאג האט די רבי באזוכט אין בארא פארק ביי כ"ק אדמו"ר ממאשלוי, ביי הגה"צ רבי בן ציון שטראסער אב"ד נייטרא, און ביי הגה"צ אב"ד מאטערסאדארף שליט"א.






bottom of page