top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"ג רבי חיים גדליה שווארץ שליט''א אויפגענימען געווארן אלס רב דקהל יראים טשעטנאט רידזש

מיטוואך פ' בשלח י' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - אין די טשעסטנאט רידזש געגנט בגלילות מאנסי, איז די פארלאפענע ליל ששי פארגעקומען א מעמד הכתרה אינעם בית המדרש דקהל יראים דטשעטנאט רידזש, ווען מען האט אויפגענימען אן איש על העדה, דעם חשוב'ן תלמיד חכם ומורה ודאין הרה"ג רבי חיים גדליה שווארץ אַלס רב פון די נייע ווירבלענדע קהלה אין טשעסנאט רידזש


דער נייע רב איז א זוהן פון הגה"צ המפורסם רבי אברהם יונה שווארץ גאב"ד וויען עסטרייך, און אן איידעם פון הרה"צ ר' שלמה טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מטריסק לאנדאן זצ"ל, חתן הגאון רבי שמואל גרינבערגער שליט"א ר"ם בישיבת וויזשניץ מאנסי.


די מעמד איז פארגעקומען אויף א באשיידענע פארנעם בהיכל בית המדרש, מיט די השתתפות פון די בני הקהלה, און בני משפחתו פונעם רב הקהלה.


עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע פון די טובי הקהל, דער נייער רב שליט''א, זיין שווער הרה"צ ר' שלמה טווערסקי שליט"א, אין דערנאך האט דער וויענער רב שליט''א איבערגעגעבן דברי ברכה אין אנגעווינטשן אז זיין זוהן דער נייע רב זאל טאקע זיין דער ריכטיגער שליח אין די קהלה זאָל זיך ווייטער פירן לשם ולתהלה


יאריך ימים על ממלכתו.

Comments


bottom of page