top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בד"ה • נפטר געווארן הגה''צ ר' מרדכי אברהם כ"ץ זצ"ל, רב ביהמ"ד אברכי תורה ודעת אין ב''פ

מיטוואך פ' בשלח י' שבט ה'תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: בארא פארק 24


ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הגאון הצדיק ר' מרדכי אברהם כ"ץ זצ"ל, רב פון ביהמ"ד אברכי תורה ודעת אין בארא פארק, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון זעקס און זיבעציג יאר, נאכן נישט זיין געזונט די לעצטע שטיק צייט.


דער רב זצ"ל איז געווען א זון פון הגה"צ ר' אהרן ארי' כ"ץ זצ"ל אבד"ק בית אהרן, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישאן זצ"ל. ער איז געווען אן איידעם ביי הגאון החסיד ר' נפתלי לאנדא זצ"ל דומ"ץ חוסט, און א שוואגער מיט הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ.


די לוויה איז פארגעקומען היינט מיטוואך מיטאג פון בית מדרשו קהל תורה ודעת אין בארא פארק, עס זיצן שבעה זיינע קינדער, און די ברידער הגה"צ ר' דוד שלמה כ"ץ שליט"א אבד"ק בית אהרן פלעטבוש, הגה"צ אבד"ק מאגרוב שליט"א, הגה"צ אבד"ק פאלטישאן סקווירא פלעטבוש שליט"א, און די שוועסטער הרבנית אשת הגה"צ אבד"ק אגודת ישראל ב"פ שליט"א, הרבנית אשת כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון ב"פ, און הרבנית אשת הרב אברהם מרדכי רובין שליט"א. זיין ברודער הגה"צ ר' מאיר כ"ץ שליט"א ראש כולל ש"ס אין רמת ויזניץ חיפה זיצט שבעה ביי זיך אין שטוב אין חיפה.

bottom of page