בילד קרדעיט בארא פארק 24
קול בחצרות - שווערע טויזנטער חסידים האבן זיך נעכטן דינסטאג נאכט מיטגעפריידט ביי די גרויסע הנישואין בשמחת בית באבוב 45 - ראחמיסטריווקא, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, בן לחתנו הרה"ג ר' יעקב יצחק שטרנבוך ר"י בנין אבות וויזניץ קיימישע זוהן פון הרה''ג ר' אשר חיים שטרנבוך רב ביהמ"ד אהל יעקב ודומ"ץ מחזיקי הדת אנטווערפן, מיט די כלה אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרפו"ש אייניקל ביי בנו הרה"צ ר' בערל טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא לעיקוואד, בת לחתנו הרה"צ ר' איתמר מרדכי דוד רובין בן כ"ק אדמו"ר מסוליצא שליט"א פון פאר-ראקאוועי.
דורכאויסן טאג האט מען אין די ישיבות הק' און אין די כוללים ד'באבוב 45 אנגעהאלטן א סדר שעות רציפות לרגל די שמחה, אזוי אויך אין די נאכמיטאג שעון האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש דורך א לייוו הוקאפ פאר די חסידים פון ארצינו הק' און פון יוראפ, וועלעכע האבן זיך צאמגענומען אויף מסיבות מרעים בבגדי שבת זיך מיטפרייענדיג מיטן רבי'נס שמחה. די געהויבענע חתונה האט זיך אנגעהויבן נאך מבעוד יום, ווען א פערטל נאך פיר האבן די הונדערטער בחורים תלמידי המתיבתא, באגלייט דעם חתן פונעם בנין המתיבתא אויף די 52'סטע גאס ביז צום קבלת פנים וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד באבוב 45 אויף די 49'טע גאס כמנהג באבוב כמקדמות דנא זענען עטליכע פון די בחורים געווען פארשטעלט ווי קאזאקן. ביים קבל"פ האט מען געזינגען ווארימע ניגונים און איינע פון די חשוב'ע בחורי המתיבתא האט אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין, הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט מסדר געווען די תנאים, אין דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעטון פארן חתן די קיטל, און אזוי אויך די ירושה קאפלעך פונעם הייליגן צאנז'ע רב און שינאווע רב זי"ע.
דאן איז מען צוגעפארן צום באדעקן אין די עמינענס זאלן אין בארא פארק. ארום א פערטל צו זעקס האט זיך אנגעפאנגען די געהויבענע מעמד החופה, וואס איז פארגעקומען אויפן גאס אין פארנט פון ביתו נאוה קודש פונעם סבא קדישא כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. מאסן אידן האבן שווארץ געמאכט די גאס, אזוי אויך זענען די טעראסעס לענגאויס די גאס געווען איבערגעפילט מיט צוקוקער. די עדי קידושין זענען געווען הרה"ג ר' צבי אר' ריינהאלד און הרב שלמה עליאס.
סידור קידושין די עלטער זיידע פונעם חתן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין שליט"א, מיטן קריאת הכתובה איז נתכבד געווארן די עלטער פעטער פון כלה הרה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא מאסי שליט"א, זעקס ברכות די זיידע פון כלה כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, און ברכה אחריתא די געהויבענע זיידע פונעם חתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
א געוואלדיגע התרגשות האט ארומגענומען דעם גאצן עולם ווען עס איז געעפנט געווארן די פירהאנג, און מ'האט זוכה געווען צו זען צורת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און האדמו"ר מבאבוב 45 האט זיך ווארעם געוואונטשן מיטן מחותן די ראחמיסטריווקא רבי, און דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ אויפן חופה פלאטפארם, אויך האט געטאנצן מצוה טאנץ די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, און די גאנצע ציבור האט זיך געהויבן מיט פייערדיגע טענץ. תיכף נאכן חופה איז פארגעקומען די סעודת החתונה צוגעשטעלט כיד המלך אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק, וואו דאס ביהמ"ד איז געווען מלכותדיג צוגעגרייט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור האלפים, און צוליב דער רבוי העם איז געווען צוגעגרייט דעם סעודת החתונה פאר די בחורים אונטן אין בעיסמענט פון ביהמ''ד.
בערך האלב נאך אכט איז די חתן אריינגעקומען צום חתונה, און געטאנצן מיט די מחותנים און זיידעס, און א קורצע צייט דערויף איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ערשינען, און האט זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין אויפן פלאץ. דערנאך איז די רבי ארויס אין א טאנץ מיט די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין שליט"א, און דערנאך מיט די חתן און מחותנים, און מיט די אנדערע זיידעס. דאן האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה, און די ריזן ציבור בעלי בתים און אינגעלייט זענען אדורכגעגאנגען דעם רבי'ן וואונטשן מז"ט בשעת מ'האט ווייטער געזינגען ניגוני שמחה.
בעת די סעודת החתונה האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טאנץ מיט שאר בשרו וידיד נפשו כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א און אים מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און מחותנים אזוי אויך האט די רבי זיך ארויסגעלאזט אין אן עקסטערן ריקוד מיט די חשוב'ע גאסט פון לאנדאן, הרה"ח הישיש בנש"ק ר' לייבל סטעמפל עלטסטער אייניקל פונעם קדושת ציון זי"ע. אזוי אויך איז די רבי ארויס אין אן באזונדערן ריקוד מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א וועלעכע איז זיך געקומען באטייליגן ביים שמחה. בשעת'ן טאנצן איז געשאפן געווארן א גרויסע רינג מיט איבער הונדערט אינגעלייט לומדי כולל עיון, מיטן ראה"כ די מחותן ר' יעקב יצחק שטרנבוך שליט"א.
דורכאויס די חתונה האבן זיך אנגעזען פילע אדמורים ורבנים, צווישן זיי האדמורים מוויזניץ קיימישע, וויזניץ בארא פארק, טשערנאביל, אמשינוב אמעריקא, וויעליפאלי, גארליץ, באסטאן, הארדאנקע, דעעש, דאמבראווא, צאנז גריבוב, פאלטישאן, ליסקא, בני האדמו"ר מסקווירא, בני האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און פיל נאך.
מיטן בענטשן איז נתכבד געווארן דער זיידע פונעם כלה כ"ק אדמו"ר מסוליצא שליט"א, און די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן הגה"צ אבד"ק באבוב 45, די זיידע אב"ד ראחמיסטריווקא לעיקוואד די זיידע הגה"צ אב"ד אהל יעקב אנטווערפן, און ברכה אחריתא די פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען דעם מארש כמנהג באבוב דורך א גרופע בחורים פון חברת משמחי לב. דאן האבן 2 בחורים הזוכים בגורל איבערגעגעבן פארן רבי'ן א כוללת קוויטל פון די אלע בחורים וואס האבן געלערנט שעות רציפות דורכאויס די פארגאנגענע 4 וואכן פון שובבים, דאן האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' צבי ארי' ריינהאלד אויפרופנדיג די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א צום מצוה טאנץ אין צווישן אנדערע דעמראנט די פילע ישועות אין רפואות וואס אידישע קינדער זענען אנגעוויזן.
די רבי האט מכבד געווען הרב פנחס שלמה לייפער מנכ"ל כולל עיון צו זינגען די ניגון פון ר' ר' מיכל'ע און די עולם האט מיטגעזינגען א לענגערע צייט מיט א גרויס התעוררות, נאכן טרינקען לחיים האט די רבי שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש ארויסברענגענדיג די יוחס פון אלע צדדים און ארויסגעהויבן אין וואס פאר א געהויבענע צייט מ'שטייט און בשעת'ן דברות קודש האט די רבי אנגעוואונטשן אלע מחותנים און זיידעס, און שטארק אנגעוואונטשן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרפו"ש דער רבי זאל צוריק קומען צו די כוחות אין קענען נאך לאנגע יאהרן פירן די עדה הקדושה. דאן האבן די מנגנים אנגעהויבן זינגען די נייע ניגון וואס די רבי האט לעצט פארפאסט, בשעת וואס אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי'ן זענען דורך ביים רבי'ן וואונטשן לחיים.
דערנאך האט די רבי שליט''א צוגעטרויטן צו די ריקודים של מצוה לפני הכלה, און מיט אן אש קודש געטאנצן א לענגערע צייט, בשעת וואס דער ריזן עולם אויף די פארענטשעס האט זיך געהויבן אין דער לופטן, אנשעפנדיג פון די פילע השפעות וואס קומען אראפ אין אט דעם הייליגן זמן, דערנאך האט די רבי געטאנצן מיט די חתן און מיט די מחותנים און זיידעס, און אזוי אויך אן עקסטערע געהויבענע ריקוד מיט גיסו אבד"ק באבוב 45, און איז דערנאך ארויס אין א גרויסן רינג מיט די גאנצע משפחת המלוכה. דערנאך האבן געטאנצן די אנדערע זיידעס און מחותנים, און דערנאך חתן כלה. נאכן מצוב טאנץ איז מען געטאנצן אויפן מקובל'דיגן ניגון אין כאלוקינו. די רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד אין אנגעווינטשן די געטרייע עסקנים, מ'האט פארענדיגט די חתונה צען נאך צוויי.
Comments