top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ לאנדאן אין ארץ ישראל



קול בחצרות - א ווייטערדיגע באריכט פון די באזוך פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אין ארץ ישראל

נעכטן מיטוואך נאכמיטאג האט די רבי שליט"א אויפגענימען דעם ציבור אין שטוב פון שאר בשרו הרה"ג ר' אהרן אלי' פלדמאן, בין הנכנסים איז געווען אויף א באזוך די שוואגער הגה"צ אב"ד קאלוב ביתר, שפעטער נאכמיטאג איז די רבי ארויף אויף א באזוך אין שטוב פונעם פלומעניק הרה"צ ר' ישראל האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, און אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל די חנוכת הבית פון זיין נייעם דירה.


דערנאך האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביי די קבלת פנים און חופה בבית וויזניץ - תולדות אברהם יצחק - קאלוב, נאכן חופה איז די רבי אנגעקומען צום כליל מלכות זאל ווי די רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חתונה פון א אייניקל ביי כ''ק האדמו"ר מחוג חתם סופר שליט''א, שפעטער ביינאכט האט זיך די רבי צוריק געקערט צום סעודת החתונה אינעם ביהמ''ד הגדול וויזניץ, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און איז מכובד געווארן מיטן בענטשן, ביים מצווה טאנץ האט בדחנא דמלכא ר' בן ציון ברעכער אויסגעריפן דעם רבין שליט"א ברוב רגש, און די רבי שליט"א איז געטאנצן לפני הכלה בעוז ותעצומות, דערנאך איז די רבי געטאנצן מיט די חתן און א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער די קאלובע רב פון ביתר.


נאך די שמחת החתונה איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מרכז, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, היינט אינדערפרי האט די רבי געדאוונט שחרית אין וויזניצע בית מדרש אויף רח' מלצר, און נאכן דאווענען ווייטער אויפגענימען דעם ציבור, בעת די זמני כניסה זענען אריבערגעקומען אויף באזוכן צום רבין האדמורי"ם מסלאנים און זוטשקא, שפעטער נאכמיטאג האט די רבי באזוכט אין די מסורה מצה בעקעריי בהנהלת האחים שווארץ אין אויפן וועג צום עירפארט איז די רבי צוגעפארן צום תל השומר שפיטאל ווי די רבי האט מבקר חולה געווען ביי הגאון ר' יעקב יהושע בראנדער פון לאנדאן, היינט אויפדערנאכט וועט זיך די רבי שליט''א צוריק קערן למעון קדשו אין לאנדאן

Comments


bottom of page