קול בחצרות - א מורא'דיגע מעשה ווערט פארשפרייט אין די יעצטיגע טעג ביי חסידי דושינסקיא, ווען א איד איז געראטעוועט געווארן פון זיצן אין תפיסה שלא כדרך הטבע, נאך א דירעקטע ברכה און הוראה פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
די רעדע איז פון א איד פון לאנדאן וואס האלט זיך פאר א נאנטער חסיד ביים דושינסקיא רבי'ן שליט"א, אין די לעצטע תקופה האט ער זיך ליידער פארשטעפעט מיט די רעגירונג, וועלכע האבן אים אנגעקלאגט מיט פארשידענע זאכן, איבער האנדלען אומלעגאל מיט מעדיצינען און אזוי ווייטער. דער איד איז עטליכע מאל אריין זיך מזכיר זיין אל הקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, דער רבי האט אים כסדר מחזק געווען און מעודד געווען מיט דברי חיזוק, און אין א איבעראשנדע שריט האט דער רבי געהייסן פאר דעם חסיד צו לערנען א שטיקל אין ספר הק' באר מים חיים אין פרשת ויגש, וואו דער באר מים חיים רעדט ארום איבער די ענין פון איבערדרייען די מידת הדין צו מידת הרחמים
זינט יענעם טאג האט דער איד כסדר געלערנט דעם שטיקל אין באר מים חיים, יעדע מאל וואס ער האט זיך געדארפט שטעלן פארנט פון א ריכטער האט ער מיטגענומען א ספר באר מים חיים און געלערנט דעם שטיקל, א מעשה וואס האט זיך געצויגן פאר א יאר צייט, און יעדעס מאל האט דער איד געלערנט נאכאמאל דעם מאמר אין באר מים חיים און זיך געקאכט דערין
נאך א רייע באגעגענישן, האט דער ריכטער ארויסגעגעבן זיין אורטייל אז דער איד דארף זיצן אין תפיסה פאר עטליכע יאר. מיט עטליכע וואכן צוריק האט מען אים טאקע גענומען אין ארעסט, אבער דער איד האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן, נאר ווייטער געלערנט דעם שטיקל באר מים חיים, און זיך מחזק געווען אז די ישועה בזכות דעם רבינ'ס ברכה וועט זיכער אנקומען
בלויז א וואך נאך ער איז גענומען געווארן אין ארעסט, איז ער אויף א וואונדערליכע אופן גערופן געווארן צום ריכטער, וועלכער האט זיך אנטשולדיגט פארן ארויסגעבן דעם אורטייל, און געזאגט אז ער וויל עס איבערקוקן. דאן האט ער געגעבן א פרישע אורטייל אז דער איד קען שוין אהיימגיין! און ער וועט אפקומען בלויז מיט הויז ארעסט פאר עטליכע שעה יעדע נאכט
נאך גרעסער איז געווען די וואונדער אז דער שופט האט געזאגט אז די תפיסה איז פול מיט ארעסטאנטן, און מ'מוז אויסליידיגן עטליכע צימערן, א שריט וואס וואלט זיך בכלל נישט געלייגט אויפן שכל אז פונקט דעם איד זאל מען אויסקלייבן דערפאר
די חסידים צייכענען צו אז דער דושינסקיא רבי איז זייער דבוק אינעם ספר הק' באר מים חיים, דער רבי לערנט פאר יעדן טאג א שיעור פאר די בחורים אין ספר הק' באר מים חיים, און יעדן ערב שבת לערנט דער רבי פאר א שיעור אין ספר הק' סידורו של שבת וואס דער הייליגער באר מים חיים האט פארפאסט, און אזוי אויך ביי די דברי תורה דערמאנט דער רבי כסדר אמרות קודש פונעם הייליגן באר מים חיים און טוט זיך קאכן אין זיינע הייליגע מאמרים
Comments