top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקווירא מב''פ בענטשט גומל נאכן זיך ערהוילן

זונטאג יתרו ה'תשפ"ג


קול בחצרות - א התרגשות'דיגער מאמענט האט זיך אפגעשפילט דעם שבת, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון בארא פארק האט געבענטשט 'גומל' בשם ומלכות, נאכן זיך גענצליך ערהוילן פון א געזונטהייט קאמפליקאציע.


ווי ברייט באריכטעט, איז דער רבי צוזאמגעפאלן פארלאפענעם חנוכה בביתו נאוה קודש, פון וואס דער רבי איז לייכט פארוואונדערט געווארן אויפן קאפ און איז אריבער א 'פעיסטמעיקער' פראצעדור אויפן הארץ ל"ע. אצינד נאך קרוב צו צוויי חדשים איז דער רבי ב"ה צוריקגעקומען צו די כוחות לאיתנו הראשון און טוט ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש ווי ביז היינט.


דעם שבת ביי קריאת התורה האט דער רבי עולה געווען די עלייה פון 'שירה' וועלכע ענדיגט זיך מיט די פאסיגע ווערטער 'כי אני ה' רופאיך' און צום איבערראשונג פונעם ציבור חסידים וועלכע האבן נישט געוואוסט דערפון פון פריער, האט דער רבי גומל געבענטשט מיט א קול געשטיקט פון טרערן. דער ציבור האט געענטפערט מיט א פייערדיגע 'מי שגמלך' און האבן זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אין לעבעדיגע ריקודין פון 'חסדי ה' כי לא תמנו', דאנקענדיג דעם אויבערשטן אויף די נסים גלויים וואס האבן פאסירט מיטן רבי'ן.

Comments


bottom of page