top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורה וועט אנקומען אויף קורצן באזוך אין ניו יארק

קול בחצרות - דעם קומענדיגן מאנטיג חמישה עשר בשבט וועט כ''ק האד' מסאדיגורה שליט''א אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק אויף א קורצע באזוך לרגל א שמחה אין די משפחה, די חתונה פון אן אייניקל ביים שווער הרה''ג רבי אשר חיים שטערנבוך דומ''ץ מחזיקי הדת אנטווערפען ורב ביהמ''ד אהל יעקב הכלה בת לבנו הרה''ג רבי יעקב יצחק שטערנבוך ראש ישיבת בנין אבות וויז'ניץ קייאמישא אין איידעם ביי כ''ק האד' מבאבוב 45 שליט''א מיט די חתן אייניקל פונעם זקן האדמו''רים כ''ק האד' מרחמיסטריווקא שליט''א לרפו''ש, דער רבי וועט ארויספארן פון ארץ ישראל דעם קומענדיגן זינטיג נאכט ליל חמישה עשר בשבט נאכן טיש אין צומארגנס מאנטיג אין די פארטאגס שעהן וועט די רבי לאנדען אין ניו יארק, דורכאויס די וואך וועט זיך די רבי שליט''א אויפהאלטן אין בארא פארק, די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יהושע אליעזר בראוקער, אויף שבת וועט זיך די רבי צוריק קערן למעונו אין בני ברק








Comments


bottom of page