top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע ביהמ''ד דחסידי לעלוב אין לאנדאן

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 5 בפבר׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 4 ביולי 2023



אין לאנדאן איז דעם שב"ק געעפנט געווארן א נייע בית מקדש מעט, בית המדרש דחסידי לעלוב, תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון צפניה


אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיך צוזאמגעקליבן א שיינע קבוצה חסידי ואוהדי בית לעלוב בעיר הבירה לאנדאן, און אצינד איז געגרינדעט געווארן דעם לעלוב'ער שטיבל, בברכתו ועידודו פונעם רבי'ן שליט"א. אלס רב הביהמ"ד האט דער רבי ממנה געווען זיין זון הרה"צ ר' אלעזר מענדיל בידערמאן שליט"א, וועלכער איז אן איידעם ביי כ''ק אדמו"ר מליעזש לאנדאן שליט"א


דעם שבת קודש פרשת בשלח איז געעפנט געווארן די טויערן פון די נייע בית המדרש, אין א הערליכע לאקאל אויף די סטעמפארד הילל גאס, אין צענטער פונעם ווירבלענדיגן שטאט, אין שבת אינדערפרי איז געפראוועט געווארן א גרויסארטיגע קידוש לרגל די פתיחת הביהמ"ד



תגובות


bottom of page