top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הִשְׁלִיךְ מִשָּׁמַיִם אֶרֶץ תִּפְאֶרֶת יִשְׂרָאֵ"ל • מסע הלוויה פון כ"ק מרן האד' מסאדיגורה זצוק"ל | ברייטע דעקונג

כ"א אב תש"פ


נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש


מיט ערשטיטערטע געמיטער און צובראכענע הערצער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק מרן אדמו"ר רבי ישראל משה פרידמאן זצוק"ל מסאדיגורה, אין יונגען עלטער פון 65 יאר.


דער רבי זצ"ל איז געווען א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל עקבי אבירים מסאדיגורה זצוק"ל אין א בן אחר בן צום הייליגן רוזינ'ער זי"ע.


אין זיינע בחורישע יארן האט דער רבי געלערנט אין ישיבת פונוביזש אין בני ברק און בשנת תשל"ט איז דער רבי זצ"ל גענומען געווארן אלס איידעם ביי הרה"ח המפורסם רבי חיים משה פעלדמאן שליט"א פון לונדון. נאך די חתונה האט דער רבי געוואוינט אין לונדון ווי ער האט אויפגעשטעלט דאס סאדיגורא ביהמ"ד און איז געשטאנען אין שפיץ פון די ארטיגע סאדיגורא קהלה ביז שנת תשע"ג נאך די הסתלקות פונעם פאטער (כ"ק אדמו"ר בעל עקבי הבירים) ווען דער רבי זצ"ל איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו ממשיך צו זיין דעם שלשלת סאדיגורא און שפעטער איז דער רבי זצ"ל אויך אויפגענומען געווארן אלס 'חבר מועצת גדולי התורה' אין אגודת ישראל.


דער רבי זצ"ל וועלכע איז געווען באקאנט אלס א געוואלדיגע תלמיד חכם און גאון בתורה האט באקומען סמיכה פון הגאון ר' משה פיינשטיין, בעל שבט הלוי, בעל מנחת יצחק זצ"ל און איז עטליכע יאר געזעצן אין בית דין פון התאחדות קהלות החרדים אין לונדון. אין צוגאב האט דער רבי זצ"ל עוסק געווען בתורת הנסתר אויף די פארלאנג פונעם זיידן בעל כנסת מרדכי מסאדיגורא זצ"ל.


אונטער דעם רבינ'ס הנהגה האט דער רבי זצ"ל פארברייטערט דאס חסידות בכמות ובאיכות און אויפגעשטעלט פרישע מוסדות התורה און בתי מדרשים סיי אין ארה"ק און אויך אין ניו יורק. אויך האט דער רבי מייסד געווען 'וועד אהבת תורה' וואס איז מעודד דאס לערנען און פארהערן. דער רבי זצ"ל האט פארמאגט א ספעציעלע דביקות צו מורשת אבותיו און האט אסאך משקיע געווען אויפצופרישן דעם אלטן בית החיים און די אלטע קלויז אין שטאט סאדיגורא.


דורכאויס די לעצטע תקופה האט זיך דער רבי שטארק געמוטשעט מיט שווערע יסורים און האט זיך אויפגעהאלטן אין לאס אנגל'ס לצרכי רפואה אין די צייט וואס כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו השלימה והמהירה. טראץ די ביטער שווערע יסורים ומכאובים האט זיך דער רבי זצ"ל געשטארקט מיט די גרעסטע כוחות און איז אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש במסירת נפש און האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן. אין פ' עקב האט זיך דער רבי זצ"ל צוריקגעקערט קיין בני ברק בקרב חסידיו און נעכטן מאנטאג נאכמיטאג פ' שופטים איז דער רבי זצ"ל פלוצלינג צוזאמענגעפאלן אין זיין שטוב אין בני ברק און נאך עטליכע שעות האבן די דאקטוירים ליידער באשטעטיגט דאס ארגסטע אז בא השמש בצהריים. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.


דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט זיינע חשובע קינדער : הרב מרדכי שלום יוסף שליט"א חתן האדמו"ר מבאסטאן, הרב אפרים פישל שליט"א חתן האדמו"ר מראפשיץ, הרב אהרן בער שליט"א חתן הרב משה אייגער מלובלין, הרב אליקים געציל שליט"א חתן אב"ד פאקשעוויץ-לעיקוואוד, בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יצחק יהושע העשיל שליט"א חתן הרב אשר שטערנבוך רב ביהמ"ד אהל יעקב אנטווערפן, און הבחור החשוב שמעון מנחם נחום פרידמאן ני"ו. זיינע איידימער: הרב הערשל אייכענשטיין שליט"א בן האדמו"ר מטריסק, הרב מענדל מרגליות שליט"א ר"י שערי בינה לעיקוואוד, הרב יוחנן שפירא שליט"א בן אב"ד פיאסעצנא-בית שמש. אבידה היא שאין לה תמורה און ספעציעל פאר מלכות בית רוזי'ן.


די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל איז א ביטערע פארלוסט פאר כלל ישראל און ספעציעל פאר 'חצר הקודש סאדיגורא' וועלכע איז יעצט פארבליבן 'כצאן בלי רועה' אן קיין מנהיג העדה וועלכע זאל מדריך זיין און פירן די הייליגע קהלה על מי מנוחות. דורכאויס כל ימי חייו, און אפילו אין די שוואכע צייטן, האט זיך דער רבי זצ"ל איבערגעגעבן פאר זיינע חסידים מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, ווי א פאסטוך געבט זיך איבער צו זיינע שעף. דער רבי זצ"ל איז געווען פאר זיינע חסידים ווי א טאטע צו אן אייגן קינד און די חסידים זענען געווען צוגעבינדען צום רבי'ן מיט אן אויסטערלישע התקשרות לצדיקים. ועכשיו חסרנו כל אלה, יעצט האט דער רבי זצ"ל איבערגעלאזט זיינע טייערע תלמידים הקרויים בנים, אלס קיילעכיגע יתומים אן א טאטע, אן א רבי, אן דעם אורים ותומים וועלכע זאל זיי באלייכטן דעם וועג את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר יעשון.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.













































bottom of page