מיטוואך בא ג' שבט ה'תשפ"ג
פארגאנגענעם דאנערשטיג נאכט האט כ''ק האדמו"ר מדושינסקיא שליט''א איבערגעגעבן שיחות קודש דורך א לייוו הוקאפ אויפן טעלעפאן פאר די נשות הקהילה אין לאנדאן וועלכע האבן זיך צוזאמגענימען אויף א כינוס זיך מחזק זיין קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע, ווי דער רבי האט ארומגערעט בעניני חינוך אין אוועקצושטיין פון די טמנע כלים אין בתוך דבריו שארף ארויסעגטראטן קעגן דאס איינקויפן אנליין אויף די אינטערנעט --- פרייטיג ערב שבת איז די רבי אנגעקומען קיין נתניה אויף ביקור חולים ביים שוואגער הגה''צ רבי יעקב יחזקי' סופר גאב''ד טאראנטא וועלכע ערהוילט זיך נאכן דורכגיין א אפעראציע אין די לניאדא שפיטאל --- זינטיג האט די רבי באזוכט בהיכל ישיבה לצעירים מנחת יצחק דחסידי דושינסקיא אין בני ברק ווי דער רבי האט איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורים לרגל די ימי השובבי''ם --- שפעטער באנאכט האט די רבי באשיינט די מעמד 'הקבצו ושמעו' לחיזוק לימוד ספה"ק ויואל משה אינערהאלב ק"ק דושינסקיא אינאיינעם מיטן סעודת הילולא לרגל די יארצייט פונעם הייליגן מהר''ם שיק, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג איבער די יסודות אין התבדלות אין איבער די השקפה טהורה במשנתו פונעם בעל ההילולא --- מאנטיג איז דער רבי אנגעקומען קיין בית שמש ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די בר מצוה פון אן אייניקל ביים ברידער הגה''צ אב''ד דושינסקיא בית שמש --- ווי געמאלדן איז דער רבי שליט''א היינט אפגעפלויגן קיין לאנדאן אויף א בליץ באזוך פון בלויז איין טאג מנחם אבל זיין בבית משפ' הרה''ח רבי משה אלי' שווארץ ז''ל ראש הקהילה אין די דושינסקיא קהילה אין לאנדאן
Comments