שמחת שבע ברכות אפגעראכטן דורך האד' מקרעטשניף כפר עטה לרגל השמחה בבית גיסו אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א אפגעראכטן א ספעציעלע שבע ברכות לכבודו און לאות הכרת הטוב פארן שוואגער הגה"צ רבי דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר בעל רזא דאמונה מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, לרגל נישואי בנו החתן למזל טוב.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די שמחה אין די ציינווירטה זאל בשכינות פון זיין ביהמ"ד אין עיה"ק ירושלים מלובש בבגדי שבת לכבוד די שמחה און זיך געוואשן צום סעודה, במשך די שמחה האט מען געזינגען ניגוני הלל והודאה און דער רבי האט פארברענגט מיטן שוואגער דער מחותן און מיט די אנוועזנדע משתתפים בדברי תורה וחסידות.
בשעת די סעודה איז אפגעראכטן געווארן א סיום מסכתא אויף מסכת ברכות וואס איז געלערנט געווארן דעם רבינ'ס עלטסטע זון הילד נחמן נ"י, א תלמיד אין תלמוד תורה תולדות אברהם יצחק אין בית שמש וואס שטייט תחת הנהגתו פונעם בעל שמחה הגה"צ אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש שליט"א, נאכן סיום האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש דרבנן, און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין לכבוד שמחת התורה.
דער מחותן הגה"צ אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה, און באדאנקט די שוואגער דער רבי שליט"א פארן צושטעלן דעם שיינעם שבע ברכות, דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און בתוך דבריו זיך באדאנקט פארן חשובן שוואגער און פאר אלע עסקנים און מסייעים וואס שטייען לימינו און מסיים געווען מיט פיל ברכות לכל העם הנאספים. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה כמנהג אבותיו הקדושים, נאכדעם איז דער רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים און א באזונדער ריקוד מיט זיינע קינדערלעך די זרע ברך ה'.























תגובות