top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הטוב והמטיב: בית החיים אין קוזמיר מקום מנוחתו פון הרה"ק רבי יחזקאל מקוזמיר זי"ע צוריקגעקערט צו אידישע הענט

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג איז אויפגענומען געווארן די בשורה מרנינה, אז דער גרויסער בית החיים אין שטאט קוזמיר, פוילן, וואו עס געפינט זיך מקום מנוחתו פון הרה"ק רבי יחזקאל מקוזמיר זי"ע, וועט צוריקגעשטעלט ווערן בכבוד הראוי, נאך לאנגע יארן וואס דער בית החיים איז ליידער געווען פארלאזט און פארשוועכט ה"י, נהפכה לזרים, ווען די ארטיגע רעגירונג און פויערן האבן פארוואנדלט דעם פלאץ אלס פארוויילונג פארק.


העפטיגע אינטערווענץ איז געטאן געווארן די לעצטע יארן זינט ווען מען האט אנטדעקט דעם פונקטליכן מקום הציון אין יאר תשע"ה, די עסקנות איז צוגעגאנגען אונטער די פערזענליכע באגלייטונג פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א מיט די הילף פון אידישע ארגאניזאציעס און עסקנים, וועלכע האבן געשתדלט ביי די פוילישע רעגירונג און די לאקאלע אינסטאנצן אפצוקויפן דעם שטח פונעם ציון און דערויף קענען אויפבויען אן אהל, ווי עס פאסט לכבודו של צדיק, אבער צום גרויס ווייטאג האט מען גארנישט געקענט אויפטון נאכדעם וואס דער ארטיגער מעיאר האט זיך פארלייגט אויף די לענג און די ברייט צו שטערן אלע פעולות.


פאריאר איז די פוילישע רעגירונג באופן פלא געקומען צום טיש, זאגנדיג אז זיי וועלן טון אלעס וואס זיי קענען אז מ'זאל קענען פרעזערווירן דעם הייליגן פלאץ און מ'זאל אויפבויען דעם אהל הק' על קברו של צדיק, און אצינד איז געקומען די גליקליכע מאמענט ווען דער מעיאר פון שטאט קאזמיר האט ביי א זיצונג מיט שטאטראט באאמטע איינגעמאלדן אז די בית החיים, וואס איז ליידער חרוב געווארן ביים צווייטן וועלט קריג, וועט רענאווירט ווערן בכבוד הראוי, און די שפיל גארטן וועט ווערן צונומען און אוועקגעפירט צו א צווייטע פלאץ.

bottom of page