top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ביי סעודת הילולא פון הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע בצל נכדו האד' ממונקאטש

  • 20 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי מונקאטש האבן דעם מאנטאג ב' סיון אפעגעצייכנט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל "מנחת אלעזר" ממונקאטש זי"ע וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט בצילא דמהימנותא פון נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.


דער רבי שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד אלע תפילות במשך היום, און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט. נאך תפילת שחרית איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו א מסיבת לחיים, און פארטיילט לקח און ברוינפן פארן גאנצן ציבור, און דערנאך געזינגען 'מכתם לדוד'.


אין די שפעטע נאכמיטאג שעות האט א ריזיגער ציבור זיך פארזאמעלט אין ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק, צו די צענטראלע סעודת הילולא. צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש מלובש מיטן קאלפיק כנהוג. נאך וואס דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און געגעסן מצה, כנהוג צווישן פסח און שבועות. דער ציבור האט געזינגען ניגוני התעוררות, בשעת דער רבי שליט"א שיקט ארויף די שיריים פון די מאכלים פאר די רבנים ואנשים חשובים ביים טיש.


אינצווישן איז ערשינען דעם רבי'נס ברודער כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועמען דער רבי האט אויפגענומען בחביבות יתירה, און מכבד געווען זיך צו וואשן צום סעודה. דערנאך האט דער רבי געזינגען 'מכתם לדוד' מיטן ניגון וועלכן מ'פלעגט זינגען במחיצתו של בעל ההילולא זי"ע, אויף כל מקדש אום שבת שקלים.


דאן האט דער רבי געמאכט דעם "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי מונקאטש לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל הילולא, און דערביי משמיע געווען לענגערע דברות קודש פאר איבער א שעה, וואו די רבי האט מאריך געווען במשנתו הטהורה, און מיט שטארקע ווערטער ארומגערעדט איבער די הייליגע דרכים פונעם בעל הילולא, בכמה וכמה ענינים, און דערביי אויך דערציילט וואונדערליכע סיפורים פונעם בעל ההילולא.


נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר מדינוב אויפצוטרעטן מיט דברי תורה לכבוד היום, און דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט א קדיש דרבנן.


דורכאויס דעם טיש האט די רב שליט"א אויפגענומען און ווארעם באגריסט די פילצאליגע רבנים גאונים וצדיקים, אדמורי"ם וראשי ישיבות, וועלכע האבן באשיינט די סעודה לרגל ההילולא קדישא, צווישן זיי כ''ק האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, גאב"ד טענקא, הרבנים מרודניק, ברעזשאן, סטריזוב, מראה יחזקאל, יאקע, מאד, אוהעל לעיקוואד, אוהעל ב.פ., ראדומישלא, אב"ד דינוב ב"פ, דומ"ץ צאנז ב.פ., דזשיבוי, סאכוטשוב, סאמבור, אילינוב, אב"ד אור יחזקאל, הגאון ר' לייבל וויליגער שליט"א מראשי ישיבת תורה ודעת, און נאך.


דער רבי שליט"א האט מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס, און נאכן בענטשן איז דער ציבור אריבער א לענגערע צייט נעמען כוס של ברכה, ווען דער רבי שליט"א איז מאציל ברכות לרוב פאר אלע משתתפים במאור פניו.



תגובות


bottom of page