האד' מלעלוב בר אילן קומט אן אויף ערשטמאליגן באזוך קיין אמעריקע; געהויבענעם שבת פ' נשא הבעל"ט אין שטאט מאנסי
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברגשי צהלה ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידים, מעריצים און ידידי בית לעלוב אין אמעריקע, איבערן ערשטמאליגן באזוך דורך כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בר אילן, וועלכער וועט ערשיינען בשערי ניו יארק, צום ערשטן מאל זינט ער איז אויפגענומען געווארן למלאות מקום פון זיין גרויסן טאטן כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל מיט בלויז געציילטע חדשים צוריק.
אין א צייט וואס די וואונד איז נאך פריש און עס בענקט זיך נאך צו די לעכטיגע טעג בצילו פונעם לעלובער רבי'ן זצ"ל וואס האט ביז נישט לאנג צוריק פארשיינט פון זיין לעכטיגן אור, און פלעגט אפט ארויסקומען קיין אמעריקא משפיע זיין מהודו והדרו אויף עדת צאן מרעיתו, טוט די יעצטיגע באזוך אויסרופן נאסטאלגישע רגשי הלב, ווען מען וועט האבן די זכיה מקבל צו זיין פני כבודו פונעם ברא כרעה דאבוה דער לעלובער רבי שליט"א, וואס שפיגלט אפ דער לעלובער דרך זייענדיג פקיע שמי' מיט זיין אצילות און געהויבענע עבודה.
די רבי שליט"א איז נעתר געווארן אונטערצונעמען די נסיעה, מיט א תנאי קודם למעשה אז מען זאל נישט מאכן דערפון קיין גרויסן פירסום מיט מודעות, און פראפעגאנדע למיניהם, און זיך קאנצענטרירן בעיקר אויף די מטרה פון די באזוך, זיך צו טרעפן מיטן היימישן עולם און אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר די לעלובער הויף אין ירושלים עיה"ק וואס דער רבי שליט"א טוט ווייטער אנפירן לשם ולתהלה.
דער רבי שליט"א וועט אנקומען היינטיגן מיטוואך נשא (בהעלותך אין ארץ ישראל). דורכאויס די ימי הביקור וועט דער רבי באזוכן צווישן די שטעט בארא פארק, וויליאמסבורג און מאנסי, וואו עס וועט זיין באשטימטע זמנים פארן ציבור אריינצוגיין בקודש פנימה לברך ולהתברך און נהנה זיין עצה ותושיה.
דער הויכפונקט וועט זיין דעם שבת קודש פרשת נשא, וואס דער רבי וועט פראווען אויף א געהויבענעם פארנעם אין שטאט מאנסי זייענדיג א געלעגנהייט פאר די חסידים ומעריצים מיטצוהאלטן די ווארעמע תפילות און טישן וואס וועלן אפגעראכטן ווערן אויפן באקאנטן לעלובער שטייגער.
די קומענדיגע וואך לקראת שבת קודש פרשת בהעלותך, וועט זיך דער רבי צוריקקערן למעון קדשו אין עיה"ק ירושלים.

