top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסע עצרת תפילה אין אנטווערפען להעביר רוע גזירה אויף די הייליגע מצוה פון ברית מילה

  • 20 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

דעם מאנטאג יום המיוחס איז פארגעקומען אן עצרת תפלה וזעקה אין שטאט אנטווערפן, ווען די הונדערטער אנטווערפענער איינוואוינער האבן זיך צונויפגעזאמלט אינעם שטאטישן בית הכנסת הגדול דקהל מחזיקי הדת איינצורייסן לפני שוכן מרומים איבער די שרעליכע מצב וואס שוועבט אויף יהדות אנטווערפן ווען די ארטיגע בעלגישע רעגירונג טוט גוזר זיין די שווערע גזירה אויף די הייליגע מצוה פון ברית מילה, ובפרט ווען אין די לעצטערע תקופהה האבן געוויסע מוסרים ומלשינים איינגעגעבן קלאגעס קעגן די חרדישע מוהלים אין שטאט.


די גרויסע עצרת וואס איז פארגעקומען אין שפיץ פונעם מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א און אלע רבני העיר, האט זיך צום ערשט געעפנט מיט תפלת מנחה ברוב עם, אליהו לא נענה אלא בזכות תפלת המנחה.


נאך תפלת מנחה, האט דער מרא דאתרא שליט"א משמיע געווען דברי כיבושין והתעוררות לאור המצב הנוראה, און צום ערשט ארויסגעהויבן די אומבאגרייפליכע מסירת נפש פון די מוהלים אין די יעצטיגע תקופה, במיוחד ווען זיי זענען גרייט צו ארויספארן אויף אנדערע מדינות צו קענען מקיים זיין מצות מילה כתיקונה.


דערביי האט דער מרא דאתרא אויפגעשטורעמט דעם ציבור אז 'עת צרה היא ליעקב', נישט אין די לאנגע פארגאנגענהייט האט מען געהאט אויסצושטיין צרות איבער די גזירת השחיטה וואס איז שוין פארבאטן דאהי אין בעלגיע, און יעצט טוט מען אויסשטיין צרות איבער די גזירת אויף מצות ברית מילה, אונז ווייס מיר נישט דעם אייבערשטנ'ס חשבונות, הנסתרים דרכי ה', אבער דאס איז זיכער א וואונק פון הימל נחפשה דרכינו ונחקורה, עס איז א זמן פון תשובה ותיקון המעשים.


דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט, אז היינטיגע צייטן האבן מיר קיין 'אורים ותומים' וועלכע זאלן אונז זאגן על מה בא עלינו הצרה הזאת, אבער אין אזא צייט ברענגט אן די יצר הרע א בלבול המוחות אז מען זאל ארויפווארפן די שולד אויף אנדערע, אדער באשולדיגן די רעגירונגס אינסטאנצן מיט אנטיסעמיטיזם, נישט דאס איז אונזער פליכט אין אזא שווערע צייט, נאר מיר דארפן בלויז מרבה זיין בתפלה ובתשובה, און בעטן לפני שוכן מרומים אז מיר זאלן ווייטער קענען מקיים זיין די הייליגע הבטחה וואס דער אייבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו ע"ה אז מצות מילה וועט זיין לך ולזרעך.


נאך די פלאמפייערדיגע דרשה, האט דער שליח ציבור הרב רבי בנציון ווייסמאן שליט"א מחשובי חסידי בעלזא אין שטאט פארגעזאגט פרקי תהלים בהתעוררות רב, בעת ווען דער ריזן ציבור ריייסט איין בזעקה ובתחנונים לביטול את רוע הגזירה, און די מוהלים מומחים זאלן נישט אויסשטיין קיין לעגאלע קלאגעס.



תגובות


bottom of page