top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וגילו צדיקים: פריידיגע שפאנונג צו חתונה הגדולה פון בת האד' מביאלא; ערשטע חתונה נאכ'ן איבערנעמען כתר אדמורו"ת

מוצאי שבת פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א פרייד כוואליע נעמט ארום חסידי ביאלא זיך גרייטנדיג צו די שמחה רוממה, ווען מ'וועט זוכה זיין צום מלך בשמחתו תחזינה עינינו, ווען מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועט פירן זיין טאכטער אונטער די חופה, זייענדיג די סאמע ערשטע חתונה ביים רבי'ן אין הויף נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.


בשעטומ"צ וועט גיין אונטער די חופה די כלה א טאכטער פונעם ביאלער רבי'ן, אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, מיט'ן חתן בן הרה"ג ר' חיים מאיר ערנסטער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' וועלוול ערנסטער אב"ד מאור חיים ירושלים און אן איידעם ביי הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן שליט"א ראש ישיבת שומרי החומות.


די שמחת נישואין וועט אפגעראכטן ווערן במקהלות אלפי ישראל דעם קומענדיגן דינסטאג וישלח אינעם היכל הגדול פון ביהמ"ד מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, וואס וועט ווערן ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א גרויסארטיגן פארנעם צו פלאצירן דעם גרויסן ציבור חסידים ומעריצים וואס וועלן קומען מיטלעבן דעם שמחת בית צדיקים.


די עסקנים פונעם ועד החתונה לייגן אריין גרויסע כוחות אויסצוארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, אריינגערעכנט די טראנספארטאציע מיטלען צו צונויפברענגען די הונדערטער חסידים פון אלע שטעט, אזוי אויך אויסצושטעלן דאס בית מדרש צו איר מאקסימאלסטע גרויסקייט, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצער ציבור, און יעדער זאל קענען מיטהאלטן די גאנצע חתונה כראוי וכיאות, אנגעהויבן פון דער מעמד קבלת פנים און חופה, נאכגעפאלט מיט דער סעודה הגדולה, ווי דער ציבור וועט זיך צושפרייטן אין אלע שטיבלעך און שטאקן בבנין ביהמ"ד הגדול מחנובקא בעלזא,, אזוי אויך די שמחת החתונה פאר די פרויען וואס וועט פארקומען אין זאל כתר הרימון אין שטאט און אלע פרטים וואס דאס רעכנט אריין.


כמנהג בית ביאלא וועט נאכ'ן מעמד החופה פארגעקומען א מעמד "אמירת מזל טוב" ווען אלע חסידים וועלן קענען דורכגיין וואונטשן דעם רבי'ן דער גרויסער בעל שמחה, די בחורי החסידות וועלן דורכגיין וואונטשן מזל טוב ביים סעודת החתונה נאך ברכת המזון, ווי אויך וועט פארקומען ביי די חופה א מעמד תפילה דורך די הונדערטער בחורי החסידות, אזוי ווי די בחורים טוען זיך נישט באטייליגן ביי די חופה, און זיי וועלן אנשטאט דעם אויסנוצן דעם שעת רחמים צו מתפלל זיין למען הכלל והפרט.


אין די זעלבע צייט זיך גרייטנדיג צו די גרויסע שמחה טוען די תלמידי הישיבות הקדושות און בחורי החבורות עוסק זיין בלימוד התורה שעות רצופות כהכנה דרבה, און טוהן אנגרייטן א ספעציעלן קובץ סוגיות וואס מ'וועט איבערגעבן כדורון למלך אלס מנחת ביכורים פארן רבי'ן שליט"א בעידנא דחדוותא.


די חתונה וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע וואך פון שבעת ימי המשתה, ווען אינעם הויכפונקט וועט פארקומען די גרויסע שבת של שמחה ביים ביאלער רבי'ן אין הויף, די שבת שבע ברכות וואס וועט פארקומען אינעם גרויסן ביאלער ביהמ"ד אין ירושלים, צו וואס עס איז ערווארטעט די השתתפות פון מאסן חסידים פון אלע שטעט.


די סעודות שבת וועלן פארקומען אין ביהמ"ד הגדול סלאנים, און מקומות לינה וועט זיין צוגעשטעלט אין די בניני המסדות נעבן דעם ביהמ"ד הגדול.






















Comments


bottom of page