דאנערשטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי, JDN
אן עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש ביאלא ספעציעל געייגענט פאר די 'שישים גבורים' זעכציג נדיבי עם קודש תומכים נכבדים וועלכע האבן זיך אנגשעלאסן מיט שיינע סכומים פאר די הוצאות פון די ימי השמחה, שטייענדיג לימין קדשו פונעם געהויבענעם אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין א פראכטפולע זאל אין עיה"ק ירושלים ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודה כיד המלך ביי וועלכן די חשובע נגידים האבן מיסב געווען על שולחן מלכים ביי רייך געדעקטע טישן פאר שעות של תענוג וקורת רוח במחיצתו פונעם רבי'ן שליט"א בהאי עידנא דחדוותא.
צווישן די משתתפים ביי די שמחה האט מען מקבל געוועהן פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. דער ביאלא רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב פאר די נדיבים וועלכע שטיצן כסדר די מוסדות הקדושים און האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער פאר די הוצאות החתונה. אויך האט מען געהערט א דרשה פון הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש בעל פסקי תשובות, און הארציגע דברי חרוזין פונעם בארימטן בדחן ר' ישראל אדלער הי"ו וועלכע האט אנגעווארעמט דעם ציבור המשתתפים מיט טיפע רגשי געגועין צו די פריערדיגע רבי'ס משולב מיט זכרונות מימי קדם.
















Kommentare