דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך און מושי גולדשטיין
ווערטער זענען ארעם אראפצוגעבן די התרוממות ודביקות של שמחה דקדושה ביי די חתונה הגדולה בשמחת בית צאנז – המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וואס איז מיטגעלעבט געווארן דורך פילע טויזנטער חסידים ומעריצים פון ביידע צדדים, וחסידים ברנה יגילו, אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם.
ובפרט בשעת די הייליגע שעות של ריקודין נלהבים דורכ'ן וועלט בארימטער מלהיב לבבות ישראל הגה"צ רבי אלימלך שליט"א וואס האט יעדן אריינגעשלעפט אין א העכערע אטמאספערע פון שמחה של מצוה, ואשרי עין ראתהו.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה הבחור המופלג פרי עץ חיים זון פון הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, מיט די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, טאכטער פון בנו יקירו הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד קרית צאנז טבריא והגלילות, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א.
די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גיגאנטישן "היכל ראזענבערג" אין קרית מלך רב, קרית צאנז נתני', וואס איז געווארן ספעציעל אהערגעשטעלט אויף א פילפאכיג גרעסערן פארנעם, צו קענען אקאמאדירן דעם איבערגיס פון משתתפים, ווען מיט די אלע צוגעלייגטע פארענטשעס רינגס ארום, האט נאך אלץ געהערשט אן אויסטערלישע געדרענג, און עס ווערט געשאצט א מספר פון "צען טויזנט" משתתפים בליעה"ר וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן די שעות ארוכות בשמחת בית צדיקים.
א מחזה הוד איז געווען במשך די שמחה, ווען דער גרויסער זיידע, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, האט בטובת עין ובלבו הזהב אוועקגעשאנקען דעם סדר ואופן הריקודין און די ספעציעלע סדרי השמחה ווי ס'איז איינגעפירט ביי די חתונות במעונו פונעם גרויסן משפיע, דער מחותן רבי אלימלך שליט"א, און זיכער געמאכט אז די עסקנים פון חצר הקודש צאנז שטעלן אלעס אהער על צד היותר טוב, און מ'מאכט זיכער אז רבי אלימלך זאל קענען אפרעכטן זיינע פלאם פייערדיגע עבודת הריקודין כדרכו בקודש.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום קבלת פנים אינאיינעם מיט'ן מחותן רבי אלימלך. מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער צאנזער רבי כמנהגו בקודש משמיע געווען דברי התעוררות וכיבושין, מעורר געווען זכות אבות און דערמאנט בצרכי עמך בית ישראל המרובים. די עדי כתובה זענען געווען הגה"צ גאב"ד בודאפעסט שליט"א און הרבני הנגיד בנש"ק ר' נחום זלמן רוקח פון לעיקוואד. מ'איז געגאנגען צום באדעקן אין מלון 'גלי צאנז'.
גאר התרגשות'דיגע מאמענטן איז געווען ביי די חופה ווען הגה"צ רבי אלימלך האט משמיע געווען דברי התעוררות איבער די אבות הקדושים וואס קומען דא אראפ און ענטפערן יעדנ'ס בקשות.
מיט סידור קידושין האט דער צאנזער רבי מכבד געווען מחותנו כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, עדי קידושין הגה"צ רבי שלום אייזנבערגער דומ"ץ קרית צאנז ירושלים, און הרבני הנגיד ר' וואלף לאנדא פון וויליאמסבורג. קריאת הכתובה די פעטער כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, די ברכות ראשונות דער פעטער כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים, און ברכה אחריתא דער פעטער הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן אב"ד לעלוב בני ברק. עדי קידושין זענען געווען הנגידים ר' מיכל ראזענבערג הי"ו, און ר' בנציון לעפקאוויטש הי"ו.
נאך די חופה האט מען געהערט דעם ברכת קודש פונעם צאנזער רבי, דערנאך פונעם סטראפקובער רבי, און דערנאך פון המשפיע רבי אלימלך, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים בריקודין נלהבים. נאכן חופה איז הרה"צ ר' אלימלך אריבער צו די גלי צאנז האטעל וואו עס איז געוועהן צוגעשטעלט די סעודת החתונה אויף א רייכע פארנעם פאר די געסט וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה פון אויסלאנד.
צו די סעודת החתונה אינעם גרויסן היכל ראזנבערג זאל איז צוערשט ערשינען דער צאנזער רבי, וועלכער האט זיך געוואשן און מעודד געווען די ניגונים, און דערויף איז אריינגעקומען רבי אלימלך וועלכער האט גלייך אנגעהויבן מיט זיין התלהבות'דיגע עבודת הריקודין, אפרעכטנדיג די פייערדיגע טענץ אויף די ספעציעלע פלאטפארמע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לענגאויס דעם חלל פונעם זאל.
דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א שיינע ברידערליכע ריקוד ווען אלע פיר זין פונעם צאנזער רבי שליט"א האט פארגעטאנצן הין-און-צוריק אויף די פלאטפארמע קעגן דעם רבי'ן, בעת חסידי צאנז הייבן זיך אין די לופטן.
במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען מערערע אדמורי"ם ורבנים שליט"א, צווישן זיי: האחים האדמור"ים לבית זוטשקא, פיטסבורג, טעמישוואר אלעד, קארלין לעלוב, זלאטשוב, ראדאשיץ, גארליץ, ברעזשאן, בערגסאז, הרבנים הגאונים הצדיקים, ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ ר' חיים ווייס גאב"ד ביתר, הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, הגה"צ ר' משה קאהן אבד"ק תולדות אהרן טבריה, הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד, הרה"צ ר' אשר שוחט רב דחסידי קארלין סטאלין טבריה, הגה"צ ר' חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת בעלזא, די ברודער ר' נחמן, ר' חיים יוסף און ר' שמעלקא בידערמאן מלעלוב. הרב ישראל האגער בן האד' מוויזניץ בארא פארק. דער רב הראשי הגאון ר' דוד יוסף שליט"א און דער רב הראשי הגאון ר' קלמן בר שליט"א. הגאון ר' מסעוד בן שמעון די ספרדישע רב פון בני ברק, הגה"צ ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער רב קהל חסידים טבריה. און פילע עסקנין ואישי ציבור צווישן זיי: ר' מאיר פרוש, ר' ישראל פרוש, ר' מאיר רובינשטיין, ר' יצחק גולדקנופף, ר' מרדכי בבציק, ר' חנוך זייברט און ר' יצחק מאיר ברים.
מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז בני ברק, מיט שבע ברכות דער פעטער הגה"צ גאב"ד קרית בעש"ט פתח תקוה, און ברכה אחריתא דער פעטער כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסאנא שליט"א.
דער בדחנא דמלכא הרב ישראל יצחק אהרן ישראלי האט אויפגערופן דעם צאנזער רבי'ן צום מצוה-טאנץ, און איידער דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט צום טאנצן, האט הגה"צ רבי אלימלך נאכאמאל גענומען דאס ווארט און מעורר געווען מיט שטארקע דברי התעוררות וכיבושין אז ביי די הייליגע מאמענטן פונעם מצוה-טאנץ זאל דער רבי משפיע זיין פאר אונז אלע כל מיני ישועות והשפעות. דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין בעוז ותעצומות, און דערנאך ממשיך געווען צו טאנצן מיט די בני המשפחה, הרבנים הגאונים והצדיקים.
דערנאך האט דער בדחן אויפגערופן דעם סטראפקובער רבי'ן צום מצוה-טאנץ, וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודין בעוז ותעצומות.
צום הויכפונקט האט דער וועלט בארימטער בדחן הרב ישראל אדלער אויפגערופן דעם מחותן הגה"צ רבי אלימלך, דערמאנענדיג אז די אלע פעולות הקודש און דאס אריינשיינען פאר כלל ישראל די הייליגע אורות פון חיזוק אין אמונה ובטחון, קומען יעצט אנטקעגן און ברענגט אראפ בעת משוש אלע השפעות קדושות. רבי אלימלך האט זיך ארויסגעלאזט אין גאר עקסטאזליכע טענץ לפני הכלה, וינועו אמות הסיפים.
דערנאך האט מען אויפגערופן דעם מחותן אבי הכלה אב"ד קרית צאנז טבריה.
כמנהגו ביי די שמחות החתונות במעונו, האט רבי אלימלך אליינס אויפגערופן חתן-כלה צו מצוה טאנץ, און געזאגט די משנה פון רבי עקביא בן מהללאל אומר מיטן נוסח המקובל.
דער זייגער האט געוויזן שוין פיר אזייגער לפנות בוקר ווען די חתונה איז פארענדיגט געווארן, ווען דער ציבור צושפרייט זיך מיט געהויבענע געמיטער נאכ'ן מיטלעבן אזעלכע לעכטיגע שעה'ן של שמחה וחדוה.









































































Comments