גאר געהויבענע טעג ביי מסע קודש דורך האד' מוויען מיט נדיבי המוסדות קיין אייראפע | ברייטע דעקונג
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 5 דקות
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

געהויבענע מאמענטן פון התרוממות הנפש האבן באגלייט די הונדערטער נדיבים ותומכים משתתפי מסע הקודש "נחלת הבונים" אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט אויף דעם גייסטרייכן נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.
דער רב שליט"א מיט די פמליא האבן געלאנדעט פאריגן מיטוואך נאכמיטאג אויף די פוילישע באדן, און מען ארויסגעפארן צום ערשטן דעסטינאציע דער שטאט גור, וואו עס איז נישט לאנג צוריק אויסגעלייזט און באנייט געווארן די היסטארישן משכן הקודש פון צדיקי בית גור.
דער רב שליט"א, וועלכער איז שטארק אדוק ומקושר אין די צדיקי בית גור, און טוט כסדר נאכזאגן אמרות טהורות און עובדות והנהגות פון די צדיקים בפרט פונעם ראש השולשלת דער הייליגע חידושי הרי"ם, איז ערשינען אינעם היסטארישן איבערגעבויטן דירה און זיך דארט אויפגעהאלטן ביחידות א משך זמן, דערנאך האט דער רב אפגעראכטן א שולחן לחיים אינעם אלטן ביהמ"ד הגדול אין גור וואו דער רב שליט"א האט דערציילט עובדות וסיפורים פון די צדיקים וואס האבן אין אט דעם מקום אפגעראכטן עבודתם בקודש, און מען האט געזינגען א לעבעדיגע גערער ניגון.
דערנאך איז מען ארויף צום ציון וואו מען האט מיט גרויס התעוררות מתפלל געווען ביים אריינגאנג צום בית החיים, אינאיינעם מיטן רב שליט"א וועלכע איז א כהן, דערנאך איז דער ציבור אריין אינעם אוהל להפקד בדבר ישועה ורחמים.
פון דארט האט מען ממשיך געווען קיין קאזניץ צום ציון הק' פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע, און דערנאך האבן די משתתפי הנסיעה אפגעשטאט אינעם טרויריג באקאנטן מיידאניק לאגער, הערנדיג דעטאלירטע שילדערונגען איבער די שרעקליכע געשעענישן אויף דעם מקום וואו אזויפיל אידן זענען אומגעברענגט געווארן על קידוש השם.
אויפדערנאכט איז די פמליא אנגעקומען קיין לובלין דער עיר מלאה חכמים וסופרים, ווי מען האט אינאיינעם מיטן רב שליט"א מתפלל געווען נעבן דעם בית החיים מקום מנוחתם פון די גאוני וקדושי לובלין, און מען האט איבערגענעכטיגט לינת לילה אינעם פראכטפולן האטעל וואס געפינט זיך אויפן היסטארישן ארט פון ישיבת חכמי לובלין, וואו דער ציבור האט געשעפט פרישע כוחות צום מארגנדידע טאג.
דאנערשטאג אינדערפרי האט מען געדאוונט שחרית אינעם נאסטאלגישן היכל הישיבה, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים וואו איינער פון די נדיבים האט געמאכט א סיום מסכתא אין ראם פונעם מסגרת דף היומי מיסודו פונעם ראש הישיבה הגה"ק רבי מאיר שפירא זצ"ל דער לובלינער רב, שפעטער איז מען ווייטער געפארן קיין לאנצהוט צום ציון פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע שטייענדיג אין די טעג נאך די הילולא קדישא.
נאכמיטאג האט מען דערגרייכט אתרא קדישא ליזענסק, וואו נאכן זיך טובל'ן אין די ארטיגע מקווה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם בנין הכנסת אורחים. ביי דעם מעמד האט אויפגעטרעטן הגאון רבי בנימין ברייער שליט"א, דומ"ץ זכרון יהודה וויען, און דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברות קודש און מעורר געווען דעם ציבור מיט פאסיגע דברי הכנה זיך אונטערצונעמען קבלות טובות בדרכו פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע בפרט אין דעם ענין פון "שנראה מעלת חברנו ולא חסרונם" וואס דער צדיק ברענגט אינעם תפילה קודם התפילה.
דערנאך איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד התפלה אין א ספעציעלע שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן פארנט פון בית החיים, וואו מען האט מיט גרויס התעוררות געזאגט מזמורי תהילים און געזינגען ניגוני דביקות באגלייט דורכ'ן בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבערגער פון ארץ ישראל. דער רב שליט"א האט א לענגערע צייט שופך שיח געווען ביים ציון הקדוש און געליינט די קוויטלעך פון די נדיבים אויסצובעטן ישועות ורפואות.
פון ליזענסק האט מען ממשיך געווען קיין דינוב, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א שולחן לחיים אין די הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם בני יששכר, ביי וועלכן דער רבינ'ס זון הרה"צ רבי יהושע כץ שליט"א נו"נ לצדיקי בית דינוב מצד חותנו האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה.
נאך תפלת מנחה און די השתטחות ביים ציון הקדוש אין דינוב, האט די רייזע ווייטער ממשיך געווען קיין רימינוב צום מנוחת קודש פון הרה"ק רבי מענדעלע און הרה"ק רבי הערש זי"ע, בשעת דער רב שליט"א האט שוין ממשיך געווען דעם נסיעה אריבער דער גרעניץ קיין אונגארן, אויפן וועג קיין טאקאי, לקראת שבת מלכתא.
פרייטאג ערב שבת פ' אמור איז דער ציבור אנגעקומען קיין שטאט "מאד" אונגארין, מקום מנוחת קדשו פון דער הייליגער קול ארי' זי"ע, פון וועמען דער רב שליט"א איז א אייניקל. דערנאך איז מען געפארן קיין שטאט ליסקא פוקד צו זיין די ציון הק' פונעם הייליגן ר"ר הערש מליסקא זי"ע בעל אך פרי תבואה.
שפעטער נאכמיטאג איז דער ציבור אנגעקומען צום שטאט קערעסטיר פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און געזאגט פרקי תהלים תחת כיפת השמים. דערנאך האט מען זיך צוריקגעקערט צום פראכטפולן "האטעל" נישט ווייט פון שטאט קערעסטיר, ווי עס איז געפראוועט געווארן די דערהויבענע שבת המרומם.
עס איז געפראוועט געווארן א דערהויבענע שבת בהתרוממות הנפש, סיי די געהויבענע תפלות, געהויבענע סעודות, ביי די סעודת ליל שב"ק האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפן, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען פיר מאל דברות קודש.
בצפרא דשבתא איז פארגעקומען דאס דאווענען אויף א געהויבענע פארנעם, בשעת קריאת התורה האט מען מכבד געווען מיט די עליות לתורה די גרעסערע נדיבים ונגידים בעם, ווי זיי האבן געש'נדר'ט גרויסע געלטער לטובת די נייע בניני המוסדות וואס מען גרייט זיך צו בויען בעז"ה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לכל הקהל הקודש ווי עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפן.
נאך א קורצע הפסקה איז פארגעקומען די בייטאג סעודה אויף א דערהויבענע פארנעם, און עס איז געהערט געווארן גאר יסודות'דיגע דיבורים בדברי חיזוק והתחזקות פונעם רב שליט"א וועלכע האט ספעציעל מרחיב בדיבור געווען איבער "שלום בין אדם לחבירו" ובפרט ווען מען שטייט יעצט בימי הספירה ווען די טעג זענען מסוגל צו ארבעטן דערויף.
שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען א שיעור בפרקי אבות פארגעלערנט דורך הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, און סעודת רעוא דרעוין איז פארגעקומען אויף גאר א דערהויבענע פארנעם, עס איז געזינגען געווארן ניגוני קודש בהתעוררות רב, און דער רב שליט"א האט משמיע געווען גאר שטארקע דיבורים בגודל קדושת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי לרגל ל"ג בעומר וואס איז געפאלן די קומענדיגע וואך.
נאכן מעמד הבדלה איז א שיינע ציבור אריבער צום שטאט קערעסטיר צו "רבי ישעי'לעס שטוב" בראשות פון הגאון רבי בנימין ברייער שליט"א דומ"ץ דק"ק וויען, ווי עס איז געווען א מעמד אמירת "ויתן לך" און מען האט געזינגען ניגוני קודש, און עס איז דערציילט געווארן סיפורי קודש במשנתו פונעם צדיק.
בעת א טייל פונעם ציבור האבן זיך געפינען אין קערעסטיר, איז דער רבי שליט"א פארבליבן אינעם האטעל, ווי עס איז דאן געווען א ספעציעלע געלעגנהייט פאר די גרעסערע נדיבים בעם אריינצוגיין בקודש פנימה, ווי מען האט גע'חתמ'ט שטרות אויף די גרעסערע נדבות וואס מען האט געש'נדר'ט במשך דעם שבת פאר די בניני המוסדות.
דערנאך איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מעמד "מלוה מלכה", ווי עס געהערט געווארן רייכע דרשות, סיפורי צדיקים, און די ווערטער פון די פאנדרעיזער'ס וועלכע האבן געארבעט אויפצוטרייבן די ריזיגע סומעס פאר די בניני המוסדות. דער רב שליט"א האט אויפגערעטן מיט קורצע דברות קודש, ארויסברעגענדיג זיין איבערגענומענקייט פון דעם לעכטיגן שבת, און פון די ריזיגע סומעס וואס איז אריינגעקומען במשך דעם שבת. נאך ברכת המזון איז נאך א קבוצה אריבער אל מול פני הקודש אויף חתימת שטרות.
זונטאג אינדערפרי איז מען אנגעקומען קיין שטאט איהעל פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע, און דערנאך איז מען אנגעקומען צום לופטפעלד אין שטאט קאשוי, פולין, פון וואו דער ציבור האט זיך צוריקגעקערט מיט פולע קעשענעס ברוחניות ובגשמיות בזכותם פון די הייליגע צדיקים.















































































































