top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשדוד • שבת עלייה לתורה פון החתן נכד האד' מטשארנאביל‎

זונטאג פ' פקודי • ל' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר‎


אין שטאט אשדוד איז דעם שבת פארגעקומען די עלייה לתורה פון החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, זון פון זיין זון הרה"צ ר' יחיאל טווערסקי שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אליעזר צבי טויב שליט"א אב"ד קאלוב ביתר, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, עס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד טשארנאביל אין אשדוד, וואו די חתן האט עולה געוועהן לתורה נאכגעפאלגט מיטן קידושא רבא ברוב עם, מוצאי שבת נאכן זמן איז געפראוועט געווארן די שמחת הפארשפיל בתופים ומחולות לכבוד שמחת בית צדיקים.





























bottom of page