שפאנונג צווישן חסידי ומעריצי זוטשקא צום מעמד אדיר "כי בא אורך" לטובת אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא
- בחצרות הקודש
- לפני יום 1
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי שוין ברייט באריכטעט גרייטן זיך חסידי ומעריצי ואוהבי בית זוטשקא אויף דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת ויצא הבעל"ט צום היסטארישן מעמד "כי בא אורך" לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין שטאט בני ברק, וואס איז באקאנט אלס א מקום שואבת לכל דורש ומבקש, חסידים ואנשי מעשה המתסופפים בצלו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, וועלכע איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע כח השפעה לקרב בני ישראל לאבינו שבשמים, און דינט ווי א לייכט-טורעם איבער גאנץ בני ברק בכלל.
צוליב די אומדערטרעגליכע געדרענג אינעם יעצטיגן ביהמ"ד ארבעטן די עסקנים מיט פיבערהאפטיגע פלענער אוועקצושטעלן דעם היכל בית המדרש הגדול אויף א פערמאנאנטע פארנעם, אזוי אויך אריינצונעמען דעם ביז יעצטיגן אלטן היכל בית המדרש, דאס אהערצושטעלן אלס איין גרויסע בנין גדול ומפואר והיו למשכן אחד, מיט אלע נויטיגע צוגעהערן, היכל הגדול, היכל התורה, היכל השולחנות, מקוה מפוארה, חדרי התפלה, עזרת נשים, צרכי ציבור, און נאך.
לקראת דעם געהויבענעם מעמד הגדול "כי בא אורך" איז כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א אין א זעלטענע שריט ארויס מגדרו און איז ארויסגעקומען מיט א מכתב בקשה ווי ער בעט פון א יעדע יחיד באזונדער אז מען זאל זיך משתתף זיין ביים בעפארשטייענדע כינוס, און מען זאל דאס נעמען ערנסט אזוי ווי א פריוואטע אייגענע אינטערעסע. אזוי אויך פארגאנגענעם שב"ק ביי די סעודת רעוא דרעוין האט דער רבי שליט"א גאר שטארק מעורר געווען אז מען זאל מתפלל זיין פאר די הצלחה פונעם פראיעקט, ארויסברענגענדיג אז מען רעדט נישט דא פון אויפבויען א מקום פון עצים ואבנים, נאר מען רעדט דא פון אויפהייבן נאך און נאך נשמות מישראל לקרבן לאביהם שבשמים, און דאס קען נאר צושטאנד קומען מיט א שלימות מיטן אויפבוי פונעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש, אט די פלאמעדיגע ווערטער האט גאר שטארק איבערגענומען אלע חסידים ומעריצים זענדיג ווי שטארק די ענין איז נוגע דעם רבי'ן ללבו הטהור.
דער היסטארישער מעמד קומט פאר דעם קומענדיגן מוצאי שבת פרשת ויצא אינעם פארכטפולן "ווינישין" זאל אין פתח תקוה, ווי א ריזן ציבור פון גאנץ ארה"ק גרייטן זיך ארויסקומען אין די מאסן מיטן זיך משתתף זיין ביי דעם ערשטמאליגן כינוס הגדול. עס איז ערווארטעט א העכסט זעלטענע רייכע מעמד, מיט גאר באגייסטערנדע אויפטריטן און פרעזענטאציעס, א מאמענטום וואס וועט געדענקט ווערן אויף שטענדיג.
ביים הויכפונקט פונעם מעמד וועט מען האבן די זכי' צו הערן די "משא המרכזי" פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, וועלכע וועט אויפשטורעמען די הערצער מעומק לבבו הטהור, מעורר צו זיין דעם ציבור צו אנטייל נעמען מיט גרעסערע סכומים, און העלפן שאפן גרעסערע סכומים למען הקמת בית גדול לה' אלקי ישראל.
דער מעמד וועט באגלייט ווערן מיט רייכע איינגענארטיגע פרקי שירה דורכן בארימטן גראמען און חזן ר' ישראל אדלער הי"ו, וועלכע וועט אויך אראפלייגן פאסיגע חרוזים וואס איז פארפאסט געווארן ספעציעל פארן גרויסן מעמד, באגלייט מיט הערליכע כלי זמר בשירה ובזמרה דורכן בעל מנגן ר' אברהם מאסקאוויטש הי"ו אינאיינעם מיט מלכות קווייער אנגעפירט דורך ר' פנחס ביכלער הי"ו, באגלייט מיט רייכע מוזיקאלישע פארשטעלונג מיט די ניגונים פארפאסט דורכן זוטשקא רבי'ן, אראפגעשפילט דורכן בעל מנגן ר' יעקב לנדא הי"ו.
באזונדער וועט פארטיילט ווערן דורכן רבי'ן שליט"א א מתנה חשובה והוקרה פאר אלע משתתפי בוני הבית, א היסטארישע סידור איבערגעדריקט גענוי ווי דער סידור הבעל שם טוב הק', א זאך וואס רופט אויס גרויס אינטרעסע ביי אלע נדיבים ומשתתפים.



















