top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נשבה ארון הקודש: האד' משאץ זצ"ל פון מונטריאל



נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש: דעם שב"ק איז נפטר געווארן כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל פון מונטריאל, הרה"צ ר' משה מאיר מאסקאוויטש זצ"ל אין עלטער פון 88 יאר. דער רבי זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"ק ר' יואל משאץ זצ"ל, א זון פון הרה"ק ר' מאיר'ל משאץ זצ"ל, און איידעם ביי זיין שוואגער הרה"ק ר' שלום משאץ זצ"ל בעל דעת שלום. דער רבי זצ"ל איז געבוירן ו' כסלו שנת תרצ"ב אין זיינע קינדער יארן האט דער רבי זצ"ל געוואוינט אין איין דירה צוזאמען מיט זיין גרויסן זיידן הרה"ק ר' שלום משאץ זי"ע און האט געהאט די זעלטענע זכיה צו ווערן אויפגעהאדעוועט על ברכי זקינו הקדוש פון וועמען ער האט מקבל געווען תורה ויראה במלא חפניים.


דער גרויסע זיידע זצ"ל איז געווען א מוסטער און א ביישפיל פאר'ן יונגן אייניקל איבער ווי אזוי זיך אויפצופירן. דער קליינער משה מאיר'ל פלעגט נישט אראפנעמען אן אויג פון די עבודת הקודש ביי זיין גרויסן זיידן און האט זיך נישט געקענט זעטיגן פון נאכקוקן יעדע ריר און תנועה פון זיידן שפאן נאך שפאן. שוין דעמאלט האט זיך אנגעזעהן אין אים א געוואלדיגע דארשט פאר תורה ויראה, זיך נישט וועלנדיג אוועקרירן פון מיטצוהאלטן די עבודת הקודש ביים זיידן פאר לאנגע שעות.


אין זיינע בחורישע יארן האט דער רבי זצ"ל געלערנט אין די בארימטע 'שניידער'ס ישיבה' אין לונדון אינאיינעם מיט כ"ק גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א, שפעטער האט דער רבי זצ"ל געלערנט אין ארץ ישראל אין 'ישיבת באר אברהם סלאנים' צוזאמען מיט הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל און דערנאך איז דער רבי זצ"ל געגאנגען לערנען אין די באבוב'ע ישיבה אין ניו יורק ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, ווי ער איז געשטיגן למעלה למעלה על במתי התורה והיראה.


ד' שבט תשט"ז האט דער רבי זצ"ל חתונה געהאט מיט הרבנית ע"ה טאכטער פון הגה"צ ר' נחום אשכנזי זצ"ל הי"ד, אבד"ק חאטין, און נאך די הסתלקות פון אביו זצ"ל ביום חוה"מ סוכות תש"מ, האבן די חסידים וידידים אין מאנטריאל געקרוינט דעם רבי'ן להמשיך בהנהגת עדת צאן מרעיתו. דער רבי זצ"ל איז אלע יארן געווען באקאנט מיט זיין צדקות ופרישות, און געדינט דעם אויבערשטן מיט א זעלטענע באשיידענקייט און הצנע לכת אן קיין רעש און פרסום. אין די ערשטע יארן האט דער רבי זצ"ל פארמאגט אן אייגענעם ביהמ"ד וואו דער רבי זצ"ל האט אפגעראכטן די תפלות בהשתפכות הנפש מיט א געוואלדיגע דביקות און משפיע געווען מזיו הדרו פאר צענדליגע אידן וועלכע האבן זיך מתחממם געווען לאורו הבהיר און נהנה געווען עצה ותושיה. די לעצטע פאר וואכן איז דער רבי געווען אין א שווערע געזונט צושטאנד און האט דעם שב"ק אויסגעהויכט די נשמה ליוצרה, איבערלאזנדיג א הערליכע דור פון בנין וחתנין רבנן. די לוויה קומט פאר היינט זונטאג אינדערפרי פון בעלזא בית המדרש אין מאנטריאל, אויפן וועג קיין מאנסי, וואו ער וועט קומען לקבורה אין די נאכמיטאג שעה'ן אויפן וויזניצע בית החיים, נעבן מקום קבורת הרבנית ע"ה.


דער רבי זצ"ל לאזט איבער איין ברודער כ"ק אדמו"ר משאץ ירושלים שליט"א. די קינדער: הגה"צ ר' שלום אהרן נחום מאסקאוויטש שליט"א פון וויליאמסבורג, הגה"צ ר' יעקב יצחק מאסקאוויטש שליט"א פון בארא פארק, הגה"צ ר' יהושע העשיל מאסקאוויטש שליט"א ממלא מקומו באדמורו"ת שאץ-מאנטריאל, הגה"צ ר' אברהם דוד מאסקאוויטש שליט"א פון ירושלים, הגה"צ ר' יחיאל יוסף מאסקאוויטש שליט"א אבד"ק שאץ בית שמש, הגה"צ ר' אלימלך מאסקאוויטש שליט"א פון מאנסי, הגה"צ ר' משולם פייוויש מאסקאוויטש שליט"א פון בארא פארק, הגה"צ ר' אלעזר מאסקאוויטש שליט"א פון מאנטריאל, און איין טאכטער אשת הגה"צ ר' ישי שובאקס שליט"א דומ"ץ בק"ק בעלזא אין אשדוד. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

bottom of page