top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי באבוב 45 ביי סעודת הילולא פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זיע"א

מיטוואך פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג ופ' ויקרא אור ליום י"ב אדר העעל"ט, האבן טויזענטער חסידים ואנשי מעשה מיט א געוואלדיגע התרגשות דקדושה זיך משתתף געווען אין די סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, אין שפיץ פון חתנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45- שליט"א.


דאס יאר תשפ"ד איז אפגעצייכנט געווארן דאס 19 'טע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מבאבוב זצוק"ל, נאכדעם וואס ער איז ליידער נסתלק געווארן ביום י"ב אדר תשס"ה, לדאבון לב כל בית ישראל ובפרט די אלפי אלפים חסידי באבוב איבער דער גאנצע וועלט. צדי סעודת הילולא רבתי איז אפגעהאלטן געווארן במקהלות אלפי ישראל, אין דעם בית המדרש הגדול דק"ק באבוב-45. דער מעמד איז באזונדער באשיינט געווען פון דער הערליכער בימת הכבוד וועלכעס איז געווען פול מיט די רבנים, אדמורי"ם, ראשי ישיבות, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.


דער געהויבענער מעמד ההילולא, וועלכע דינט אלע יארן אלס דער זמן קהילה לכל, איז אויך דאס יאר פאראיבער גאר התרוממות'דיג אין אן הייליגע שטימונג פול מיט התרגשות הנפש. דורכאויס די סעודה זענען געזונגען געווארן ניגוני התעוררות וואס ווערן געזונגען בחצר בית באבוב ביי די יומי דהילולא.


נאכן טרינקן יין שרף האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן ריזן ציבור הנאספים, און מיט ווארימע ברכות אנגעוואונטשן די גאנצע קהלה קדושה אז זכותו הגדול יגן עלינו אז אלע זאלן געהאלפן ווערן מיט ישועות ורפואות וכל מילי דמיטב. דער סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די בני הקהלה לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל הילולא זי"ע איז פארענדיגט געווארן דורך הגה"צ אבד"ק באבוב 45- שליט"א. ווען באלד דערנאך האט כ"ק אדמו"ר שליט"א געמאכט דעם התחלת הש"ס מיט'ן פארלערנען די ערשטע משנה אין ברכות, וואס וועט ווידער פארענדיגט ווערן צום קומענדיגן יומא דהילולא שנת תשפ"ד הבעל"ט. מיט יראת הכבוד האט מען זיך איינגעהערט צו די תוכנ'ספולע דרשה פון הגה"צ אבד"ק שליט"א, נאך די דרשה האט מען ווידער געזונגן מיט גרויס התעוררות. א חרדת קודש האט געהערשט ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען די דברות קודש לרגל ההילולא קדישא. דער רבי שליט"א האט מתבל געווען דברי אגדה ודרוש און מיט התעוררות דערמאנט די זכרונות ימי קדם בהלו נרו פון רבינו זי"ע על ראשינו און ארומגערעדט כדרכו בקודש מגדולותו של אותו צדיק אמת.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק באבוב 54 שליט"א, און נאכ'ן בענטשען האט זיך דער גאנצער עולם געשלענגלט א לענגערע צייט אדורכצוגיין אויפ'ן אויבנאן פאר ברכת לחיים. עס איז שוין געווען אין די שפעטע נאכט שטונדען ווען דער ריזיגער ציבור איז זיך צוגאנגען אין א רירנדע און געהויבענע שטימונג מיט אנגעשעפטע הויפענעס חיזוק והתעוררות לילך בדרכיו של אותו צדיק וקדוש זי"ע.


אין טאג פון דער יומא דהילולא פרייטאג י"ב אדר העעל"ט, האבן טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן געשטראמט אויפן ציון הק', וואו מען האט דורכאויס די גאנצע מעת לעת מתפלל געווען תפילות ובקשות אויסצובעטן כל מיני ישועות טובות וכל טוב סלה, בזכותו של בעל ההילולא זי"ע וואס איז בחיים חיותו געווען דער גרויסער מופת הדור עמוד צלותהון דישראל ופועל ישועות בקרב הארץ. און אזוי אויך הערט מען פון פילע אידן וועלכער זענען געהאלפן געווארן מיט כל מיני ישועות דורך תפילה ובקשות אויף דעם מקום קדוש.


פרייטאג פארמיטאג זענען איבערגעפולטע באסעס און קארס ארויסגעפארן אויפ'ן וועג צום הייליגן ציון אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, ביים ציון הק' האט דער רבי שליט"א כנהוג פארגעזאגט די ח"י קאפיטלאך תהלים בקול רם מיט גרויס התרגשות, דאס התעוררות האט געגרייכט צו די שטארקע התלהבות, ווען מען האט איינגעריסן מיט תפלה ובקשה צום אלקי עולם, ביי די הארציגער "יהי רצון" וועלכע האבן בוקע רקיעים געווען און זיכער גע'פועל'ט ישועות ורפואות לכל בית ישראל. נאך תהלים האט נכדו פונעם בעל הילולא הרה"ג ר' יוסף אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר שליט"א געזאגט דעם קדיש, דאן האט הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א פארגעלערנט משניות פרק יש מעלין און בנו הרה"ג ר' בן ציון רובין שליט"א האט געזאגט דעם קדיש.


גאר א הייליגער מאמענט איז געווען ווען דער רבי שליט"א האט זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' א לענגערע צייט, און דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך געזעצט ביים ציון הק' און געלייענט דורכאויס א לענגערע צייט פילע קוויטלעך אויסצובעטן ישועתן של ישראל בכלל ובפרט.


אזוי אויך זענען פארגעקומען סעודות הילולא אין די בתי מדרשים דחסידי באבוב 45 בכל אתר ואתר, ווי עס זענען געפראוועט געווארן געהויבענע מסיבות'ן וכינוסי חסידים לכבוד הילולא קדישא, ווי די חסידים האבן ברוב עם זיך מייחד געווען בזכרו הק' פונעם בעל הילולא, ארומגערעדט בדברי תורתו און פארציילט עובדות וסיפורי קודש מקדושתו ועבודתו. אין ארץ ישראל איז עס געפראוועט געווארן די סעודת הילולא אין די בית ישראל זאל אין ירושלים בהשתתפות פון הינדערטער חסידים בראשות הגה"צ רבי חיים בן ציון אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכע איז געקומען צופארן בשליחות הקודש פון אביו הגדול.


זכר צדיק וקדוש לברכה.































Comments


bottom of page