איינדרוקספולע באזוך דורך האד' מדושינסקיא אין ישיבת מאור התורה אין בארא פארק
- בחצרות הקודש
- 14 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 16 בדצמ׳ 2024
מוצאי שבת פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN
כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו, האט די וואך אפגעשטאט א געהויבענעם באזוך אין ישיבת 'מאור התורה' אין בארא פארק וואס שטייט אונטער די השפעה פונעם ראש הישיבה הגאון רבי יוסף מאייער שליט"א וועלכע האט געלאדענט דעם רבי'ן שליט"א אויף א באזוך אין די ישיבה, משפיע צו זיין מאורו אויף די תלמידי הישיבה.
דאנערשטאג צופרי איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה וואו דער רבי האט געדאווענט א ווארימע שחרית מיט די בחורי חמד, נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געוועהן דברות קודש ודברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה צום נייעם זמן און דערנאך פארטיילט מטבעות לשמירה פאר אלע בחורים און די מגידי שיעור.

















Comments