זעלטענע הכרזה אין בעלזא: "אכיר טובה לכל מי שיסייע ל'קרן הצלת התורה' שהקמתי!" | ווידיאו
- Bechatzros admin
- 4 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה - אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש
נעכטן דינסטאג נאכט אסרו חג שבועות איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול מלובש בבגדי שבת צו תפילת מעריב ברוב עם לכבוד מוצאי יום טוב שני של גלויות אינאיינעם מיט די הונדערטער חסידים געסט פון אויסלאנד וואס זענען געקומען צופארן אויף יום טוב להסתופף בצל הקודש.
נאך מעריב איז דער משמש בקודש הרב שמעון וואלף קליין ארויף אויפן ארון קודש און אויסגערופן די הכרזה בפקודת הקודש ובנוכחותו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מיט דברים כדרבונות נאכפאלגנדיג די וויכטיגע אסיפת חירום וואס דער רב שליט"א האט פאררופן אין די טעג בעפאר יום טוב ביי וועלכן מען האט אוועקגעשטעלט די קרן הצלת התורה אין ליכט פון די שוידערליכע אורטייל פון די ציוניסטישע שלטון הרשע אוועקצונעמען די קארגע ביינדל פון שטיצע פאר די תלמידי הישיבות הק' און די אברכי הכוללים וועלכע דארפן זיך שטעלן צום מיליטער, און דערביי אפעלירט צו רבבות חסידי בעלזא בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע צו נעמען א חלק אינעם מלחמת קודש להחזקת התורה ולומדיה.
בראשית דבריו האט הרב שמעון וואלף אדרעסירט די קריטישע שעת חירום אין וואס דער ארץ ישראל'דיגער עולם התורה געפונט זיך, אין שאטן פונעם ביטערן גזירת הגיוס ווען די עוקרי הדת אין די ציוניסטישע ממשלה האבן אויסגערופן א מלחמה קעגן די לומדי התורה, און האבן ליידער אפגעהאקט די געלטער און פת לחמם פון די בני תורה, און מען האט קיינמאל נישט געקלערט אז די שווערע צייטן וועלן זיך פארציען אזוי לאנג, און ליידער עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג. דעם קרן הצלת עולם התורה, איז אוועקגעשטעלט געווארן צו שאפן די נויטיגע סכומים אויסצוהאלטן די אברכי ועמלי התורה , א הון רב פון 12 מיליאן שקל א יאהר וואס דארף געשאפן ווערן צו שטעלן א מעכטיגן בסיס אז די עולם התורה והישיבות זאל ווייטער קענען פונקציאנירן להגדיל תורה ולהאדירה.
ר' שמעון וואלף האט אויסגעשריגן מיט ווייטאג אז עס האנדלט זיך פון א מלחמת קיום אויף 'חיינו ואורך ימינו', און דעריבער אפאלירט מען צו יעדער בעלזער חסיד באשר הוא שם, חלילה נישט צו שטיין פון די זייט אין אזא שווערן זמן, און זיך אנשליסן לכל הפחות אויסהאלטן א יונגערמאן אויף איין חודש פארן מינימאלן סכום פון 250 דאללער - דער סכום וואס איז אוועקגענימען געווארן פון יעדער יונגערמאן בכוח הזרוע.
ער האט צוגעלייגט אז היות די סכום איז נישט גענוג צו דעקן די גאנצע דעפיצטיט וואס מען האט געשניטן פון די לומדי תורה, דעריבער ליגט א הייליגע פליכט אויף יעדער וואס קען זיך אנשטרענגען מוסיף צו זיין כפי יכלתו, וכל המוסיף מוסיפים לו. באזונדער האט ער געבעטן פון אלע גבאים אין די שטיבלאך און די משפיעים און ראשי קבוצות זיי זאלן צוהעלפן צו די מאקסימאלע הצלחה אין דעם מלחמת קודש.
ר' שמעון וואלף האט נאכגעזאגט א זעלטענע אויסדרוק און הבטחה פונעם רב שליט"א: אז ער וועט מכיר טובה זיין פאר יעדן איינעם וואס וועט זיך אנשטרענגען און וועט צוהעלפן בגוף ובממון לטובת די הייליגע מערכה, און ער האט צוגענדיגט מיט ברכת קדשו פונעם רב שליט"א אז בזכות די מסירות נפש בכלל ובפרט וועט מען זוכה זיין צו א התעוררות כח התשובה אין אידישע הערצער ולהרמת קרן התורה.
די פייערדיגע ווערטער האבן געהאט א שטארקן אפקלאנג ביי חסידי בעלזא איבעראל, און תיכף נאכן הערן די פייערדיגע דיבורים האבן די עסקני הקרן אנגעהויבן ארומגיין צווישן די טויזנטער חסידים און אפנעמען די תרומות הקודש לקיים רצון צדיק.







תגובות