top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממונקאטש אנגעקומען אויף בליץ באזוך בעיר הבירה לאנדאן

דאנערשטאג פ' משפטים - כ"ה שבט תשפ"ג


קול בחצרות - בהדרת כבוד האבן תלמידי וחסידי מונקאטש בעיר הבירה לאנדאן נעכטן מקבל געוועהן את פני הקודש פון כ''ק האד' ממונקאטש שליט''א וועלכע אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט נאך העכער צען יאהר זינט דאס לעצטע מאל וואס די רבי האט באזוכט בעיר הבירה לאנדאן, בשעה 7:30 צופרי האט דער פליגער געלאַנדעט אין די הטרו לופטפעלד און א קורצע צייט דערויף איז דער רבי שליט"א אָנגעקומען צום טערמינאַל אין באַגלייטונג פון די גבאים און משמשים בקודש, ווערנדיג ענטפאַנגען דורך די ראשי הקהילה אין א שיינעם ציבור חסידים מתושבי העיר אין שפיץ פונעם דיין הרה''ג ר' אלימלך גליק דומ''ץ מונקאטש לאנדאן, פון לופטפעלד איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן אין שטאט, און איז קודם צוגעפאָרן אויף א קורצן אָפּרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הרה''ח ר' חיים משה ליפשיץ, ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשו אויף קעיזנאוו ראוד ווי עס זענען געוועהן פארזאמלט א גרויסן ציבור תושבי לאנדאן, נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים, ס'איז פארגעקומען אין חצר פון ביהמ''ד צוליב דעם וואס דאס ביהמ''ד האט נישט געקענט דערהייבן אזא גרויסן ציבור, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, אין דער רבי שליט''א האט מכבד געוועהן דער דיין הרה''ג רבי אלימלך גליק אויפצוטערטן אין דערנאך געוואונטשן לחיים פאר הגה''צ רבי משה מנחם ווייס אב''ד סאטמאר לאנדאן און פאַר'ן גאַנצן ציבור, און דאַן משמיע געווען דברות קודש, נאָכ'ן מעמד איז דער גאַנצער ציבור פאַריבער שלום נעמען פון רבי'ן שליט"א וואָס האָט זיך פאַרצויגן א לענגערע צייט.


אין די נאכמיטאג שעהן אנגעקומען אויף ניחום אבלים אין לאנדאן בבית משפ' ליפשיץ, דער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן העכער צוויי שעה אין געשמועסט מיט די קינדער וועלכע האבן ארויפגעברעגנט זכונות פונעם חשובן נפטר אין זיין התבטלות צו די פריערדיגע צדיקים דערנאך האט זיך דער רב שליט''א פארשפארט מיט די אבלים פריוואט אין מנחם געוועהן, שפעטער נאכמיטאג האבן באזוכט ביים רבין שליט''א אין די אכסניא כ''ק האד' מביאלא לאנדאן שליט''א אין הרה''ח הישיש ר' לייבל סטעמפעל נכד הקדושת ציון מבאבוב, נאך מנחה האט זיך די רב ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק.






Comentarios


bottom of page