top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסער רבישע חתונה בחצרות תולדות אברהם יצחק - קרעטשניף סיגעט - קרית הבעש"ט

זונטאג פ' וישלח • ז' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

 

אינעם שטאט די רבישע חתונה פונעם חתן א איר אייניקל פון הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי"ע, א אייניקל פון זיין איידעם הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעל שם טוב אין פתח תקוה, מיט די כלה א אייניקל פון האדמור"ים מתולדות אברהם יצחק און קרעטשניף סיגעט, א טאכטער פון הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש, די חתונה איז פארגעקומען אין א פראכטפולע זאל בגלילות פונעם שטאט בית שמש.


בראש השמחה האט באשיינט די ראש המשפחה און פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, דער רבי האט זיך משתתף געוועהן ביים קבלת פנים און אנגעטוהן דעם קיטל פארן חתן איידערן ארויסגיין צום חופה. ביי די חופה איז דער רבי מכובד געווארן מיט די ברכות ראשונות.


שפעטער באנאכט איז דער רבי צוריקגעקומען צו די שמחת החתונה וואו דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מיטגעהאלטן די שמחה א לענגערע וויילע. נאכן בענטשן האט מען אויסגערופן די זיידע'ס האדמור"ים צו מצוה טאנץ און דאן איז דער צאנזער רבי געטאנצן די ריקודי קודש לפני הכלה. דערנאך א באזונדערע ריקוד מיט די חתן, די מחותנים, א ריקוד מיטן שוואגער גאב"ד קרית הבעל שם טוב שליט"א און א באזונדערע ריקוד מיט מחותנו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק. דער רבי האט דערנאך אנגעוואונטשן חתן און כלה און געוואונטשן מזל טוב פארן שוועסטער הרבנית.



Comments


bottom of page