top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד חסיד מן הארץ • נפטר געווארן הרה"ח רבי אברהם אפרים ווירצבערגער זצ"ל

פרייטאג פ' חקת בלק - י"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


בצער רב איז אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרב החסיד ר' אברהם אפרים ווירצבערגער ע"ה פון ירושלים, לאנגיעריגער עסקן אין שטאט בארדיטשוב אין אוקריינע, און פאטער פון הרה"ג ר' יעקב יוסף ווירצבערגער שליט"א רב פון תפארת בארדיטשוב, וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון אכט און אכציג יאר.


דער חשובער נפטר איז געווען אדוק ומקושר לנשמתו הקדושה פונעם הייליגן בארדיטשובער רב זי"ע בעל קדושת לוי, ער האט אסאך עוסק געווען אויפצופרישן דעם פלאץ, און מחזק געווען די ארטיגע אידן אין בארדיטשוב, געהאלפן מיט כשרות אקטיוויטעטן, און אסאך אויפגעטון למען קדושת המקום.


אין ירושלים האט ער געהאט א נאנטע קשר מיטן ירושלימער רב הגה"ק בעל שערי טוביה זצ''ל, זייענדיג פון די חשובע מתפללים בבית מדרשו, די לוויה גייט ארויס יעצט ביינאכט פון ביהמ"ד שערי טוביה אויף רחוב גבעת משה אין ירושלים, אויפן וועג צום הר המנוחות.

Comentarios


bottom of page