top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מגור איז מנחם אבל הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ע"פ זוגתו הרבנית ע"ה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 5 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

נעכטן מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק וואו דער רבי האט מנחם אבל געוועהן ביי הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א נאך די פטירה פון זוגתו הרבנית ע"ה, טאכטער פון הגאון הרב שך זצ"ל בעל 'אבי עזרי'.


דער רבי האט צום ערשט מנחם אבל געוועהן ביים ראש הישיבה בחדרו הפרטי וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן מעניני אבילות והמסתעף. בתוך הדברים האט די ראש ישיבה אויסגעדרוקט זארג איבערן דעם שרעקליכן גזירת גיוס בני ישיבות, נאך וואס דאס ציוניסטישע געריכט האט פארארדענט זאפארט צו אינפארסירן די ביטערע גזירה, און געבעטן פונעם רבי'ן שליט"א צו טוהן אין דעם נושא.


די רבי האט מנחם געוועהן דעם ראש הישיבה מיטן נוסח המקובל און מאציל געוועהן ברכת קדשו ער זאל נאך קענען לאנגע יאהרן מרביץ תורה זיין עוד יניב בשיבה. דערנאך איז דער רבי אריין אין שטוב און מנחם געוועהן די קינדער הרבנים שליט"א.


ree

ree

ree

תגובות


bottom of page