top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד פתיחת שערים פון מוסדות הקדושים דחסידי ביאלא אין נייעם יישוב מעלה עמוס

פרייטאג פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שמואל דריי

 

חסידי ביאלא אינעם נייעם יישוב מעלה עמוס, האבן נעכטן דאנערשטאג מקבל געוועהן פני הקודש פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועלכע איז ערשינען אויף א געהויבענעם באזוך בקרב עדת תושבי העיר לרגל די מעמד פתיחת שערים פאר די מוסדות הקדושים דחסידי ביאלא אין מעלה עמוס, וואס שטייט בנישאות אחיו הגה"צ ר' אברהם משה ראבינאוויטש שליט"א רב הקהילה.


ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל אוועקגעשטעלט א חסידישע ישוב אין מעלה עמוס מיט עטליכע יאר צוריק, און פערזענליך צוגעשטופט די אינגעלייט אהינצוגיין וואוינען, נאכדעם וואס די פרייזן פאר דירות זענען גאר ביליג דארט און מען קען לעבן מיט גרויס הרחבה און מנוחה, דער ביאלא רבי זעלבסט האט אויך פארמאגט א דירה אין מעלה עמוס, און איז עטליכע מאל דורכאויס די יאר אהינגעקומען צו פראווענען שבתים און וויילן בקרב חסידיו תושבי השכונה. אצינד צו דעם זמן הלימודים חודש אלול האט מען אין א מזל'דיגע שעה אוועקגעשטעלט בניני המוסדות פארן תלמוד תורה און בית חינוך לבנות אין מעלה עמוס, וואס איז געעפנט געווארן דעם זמן הלימודים חודש אלול, לשמחת לב אלע תושבי השכונה. צו דעם פריידיגן מאמענט פון הרחבת גבולי הקדושה איז דער ביאלא רבי שליט"א אנגעקומען בשערי העיר צו באשיינען די מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזות פאר די נייע בניני המוסדות.


די רבי האט קובע געוועהן די מזוזות סיי ביים תלמוד תורה תולדות אדם, על שמו ועל זכרו פון הרה"ק רבי יהושע מאוסטרובא זי"ע בעל תולדות אדם און דערנאך ביים בנין בית חינוך לבנות. פון דארט איז די רבי אריבער צום ביאלא ביהמ"ד אין שטאט וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד 'שהחיינו', כאות הוקרה והערכה פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן אריינגעלייגט כוחות עצומות די לעצטע פאר יאהר ביז מען האט ענדליך אוועקגעשטעלט די מוסדות אל תילם, די רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש בשבח פון די עסקנים כל אחד בשמו הטוב יבורך ובפרט, דער האוזינג מיניסטער הרב יצחק גאלדקנאפף און זיין רעכטע האנט ר' מאטי בבציק. הרב גאלדקנאפף האט שפעטער ביי זיין רעדע פארשפראכן צו שטיין צו די האנט פאר די ווייטערדיגע בלי און וואוקס פון די קהילה און מוסדות אין מעלה עמוס, מקיים צו זיין צוואת קדשו פונעם ביאלא רבי'ן זצ"ל וואס דער יישוב איז געוועהן בנפשו. אויך האט מען געהערט דברי ברכה לכבוד המאורע פונעם רבינס ברודער דער רב הקהילה הגה"צ רבי אברהם משה ראבינאוויטש שליט"א.



Comments


bottom of page