top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וחי אחיך עמך • סוקסעספולער 'באבוב ביזנעס עקספאו' אפגעהאלטן צום דריטן יאהר נאכאנאנד

מאנטאג פ' בחוקותי • י"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


הונדערטער באבובער חסידים ביזנעסלייט און סוחרים האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די ברייט באקאנטע "באבובער ביזנעס עקספאו" וואס האט צונויפגעברענגט צענדליגער עקזיביטערס, הונדערטער באזוכער חסידי באבוב אין עמך אידן. די באבובער קהילה איז געווען די ערשטע קהילה אפצוהאלטן אזא עקספא, דער רעיון איז שפעטער אדאפטירט געווארן דורך מערערע קהילות קדושות אין ניו יארק, מיטן ציל צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים צו רעפרעזענטירן אין צו פארברייטערן זייער ביזנעסער, זיך העלפן איינער דעם אנדערן אין א בחינה פון וחי אחיך עמך, און יעדער זאל דערפון פארידנען.


דער עקספאו איז דאס יאהר דעם דריטן יאהר נאכאנאנד אפגעהאלטן געווארן אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק, אינעם זאל זענען געוועהן אויסגעשטעלט אריבער פופציג סטאנציע'ס ווי די די סוחרים האבן פארגעשטעלט זייער סערוויסעס אין ביזנעס'ער. עס איז סערווירט געווארן א רחבות'דיגע נאכטמאל פארן ברייטן ציבור, אינעם דערנעבנדיגער ליפשיץ זאל ווי עס איז דארט פארגעשטעלט געווארן פארשידענע הילפס פראגראמען פארן ציבור ווי שטאטישע פראגראמען, יחד ד'באבוב, חומת ציון, מקדים און נאך.


צווישן די פילע באזוכער ביים עקספא האבן זיך אנגעזעהן הרבנים הגאונים בני כ''ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און נאך עסקנים און פאליטיקאנטן צווישן זיי ריטשי טעילאר, ר' שמחה אייכנשטיין, ר' פיני רינגעל, ר' יואל אייזדארפער און נאך פארשידענע ביזנעסלייט, אנשים מכובדים און באקאנטע נגידים בעם.






























bottom of page