top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידים ואנשי מעשה פרייען זיך מיט ביי פרישע שמחת נישואין פון נכד האד' מבאבוב-45

מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש

 

הונדערטער חסידי באבוב 45 האבן זיך פאריגע וואך דינסטאג נאכט מיטגעפריידט ביי די גרויסע הנישואין בחצר הקודש, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה הכלה תחי' א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יעקב יצחק שטערנבוך שליט"א ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ מחזיקי הדת ואב"ד אהל יעקב אנטווערפן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין סידערהויסט שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' אהרן שמואל פאדווא שליט"א דומ"ץ וראש הכולל סאטמאר ב"פ, זון פון הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' לייב פישער שליט"א אבד"ק לב הארי ב"פ.


די געהויבענע שמחה האט זיך אנגעהויבן נאך מבעוד יום, ביים מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45, הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, אין דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעטון פארן חתן די קיטל, און אזוי אויך די ירושה קאפלעך פונעם הייליגן צאנזער רב און שינאווער רב זי"ע. נאכן באדעקן אין די זמר זאלן איז מען ארויס צום מעמד החופה ברחובה של עיר. 


ביים חופה האט זיך די רבי שליט"א באגריסט מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן פון ארץ ישראל צו די חתונה. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער הגה"צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלאשין שליט"א, און די זיידע אב"ד לב הארי שליט"א, ברכה אחריתה די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.


נאכן חופה האט די רבי שליט"א משמיע געוועהן קורצע דברי ברכה לכם העם הנאספים אין דעם גרויסן זמן, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די מחותנים און זיידע'ס. תיכף נאכן חופה איז פארגעקומען די סעודת החתונה צוגעשטעלט כיד המלך אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45.


בשעת די סעודת החתונה האט מען זיך משמח געוועהן מיט ריקודין איבערהויפט ביים זינגען די פרייליכע ניגונים פארפאסט דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. בשעת די ריקודין איז געשאפן געווארן א שיינעם מחול לצדיקים ווען די רבי איז ארויס אין א ריקוד מיט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א און די חתן. די ביידע אדמור"ים שליט"א האבן אסאך פארברענגט דורכאויס די שמחה. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ מחזיקי הדת ואב"ד אהל יעקב אנטווערפן, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה.


דורכאויס די חתונה האבן זיך אנגעזען פילע אדמורים ורבנים, צווישן זיי האדמור"ים מוויז'ניץ ירושלים, וויז'ניץ בארא פארק, בית חיים יהושע, אלכסנדר, באסטאן ביתר, וויעליפאלי, סערט וויז'ניץ לעיקוואד, ראש ישיבת בית מאיר, באסטאן בארא פארק, לינסק, הרה"צ רבי יעקב בער טייטבוים אבד"ק סיגוט, הרה"צ דוד דוב האגער בן האד' מוויז'ניץ מאנסי, אב"ד זלאטשוב סטאניסלאוו, אב"ד יארטשוב, אב"ד ניימארק, אב"ד ברזעאן, אב"ד קאריץ און נאך.


דערנאך איז פארגעקומען די מארש כנהוג באבוב דורך א גרופע בחורים פון חברת משמחי לב. הרב צבי ארי' ריינהאלד האט דאן גענימען דאס ווארט אויפרופנדיג די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א צום מצוה טאנץ. נאכן זינגען דעם ניגון רחמים רבים פונעם הייליגן ר''ר מיכעלע מזלאטשוב זי''ע האט די רבי משמיע געוועהן גאר רירענדע דברי התעוררות און דערמאנט די פילע ישועות אין רפואות וואס אידישע קינדער זענען אנגעוויזן, און בפרט די חולי ישראל המרובים ל"ע און מזכיר געוועהן די זיידע ביי די שמחה הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א לרפואה שלימה. דערנאך האט די רבי שליט''א צוגעטרויטן צו די ריקודים של מצוה לפני הכלה, און מיט אן אש קודש געטאנצן א לענגערע וויילע, און דאן געטאנצן מיט די חתן מחותנים און זיידעס, און איז דערנאך ארויס אין א גרויסן רינג מיט די גאנצע משפחת המלוכה. דערנאך האבן געטאנצן די אנדערע זיידעס און מחותנים, די פעטער כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א און דערנאך חתן כלה. נאכן מצוה טאנץ איז מען געטאנצן אויפן מקובל'דיגן ניגון אין כאלוקינו, און דערמיט איז געשלאסן געווארן די שמחה הרוממה.



Comments


bottom of page