שובו בנים שובבים • האד' מצאנז אויף א מעמד תפילת רבים אין אתרא קדישא מירון בראש קהל חסידיו תושבי צפון ארה"ק
- בחצרות הקודש
- 1 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 2 בפבר׳
מוצאי שבת פ' בא • ג' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
דעם ליל שישי האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים לבקש תפילה ותחנונים על עמך בית ישראל און שופך שיח זיין לקראת די שמחה הרוממה אין הויף, די חתונה פון נכדתו הכלה תחי', בת בנו חביבו הגה"צ ר' אברהם הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז טבריה מיט החתן א זוהן פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.
אנקומענדיג מול מקום המקדש האט די רבי שליט''א געריסן קריעה כדין, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב וואו דער רבי שליט"א האט לאנג מאריך געוועהן מיט בכיות. נאך מעריב האט דער רבי געליינט קוויטלעך פון עטליכע אידן המצפים לישועה און פארלאזט דעם כותל.
פון דארט איז מען ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון אויף א מעמד תפילת רבים אינאיינעם מיט די חסידים תושבי הצפון, אריינגערעכנט צפת, טבריה, חיפה און ארום. בשעה 2:00 איז דער רבי אנגעקומען אינעם מערה ביים ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז געוועהן פיל-געפאקט מיט הונדעטער מתפללים כמידי שבוע בשבוע אום ליל שישי פון די שובבי"ם וואכן. דער רבי האט אנגעהויבן ספר תהילים וואס האט זיך פארצויג גאנצע צוויי שעה מיט גרויס דביקות און בכיות, נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון כבן המתחטא לפני אביו בהשתפכות הנפש.
נאך אמירת תהילים איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון הק' ביים פתח המערה און מען האט געזינגען אמר רבי עקיבא. עס איז שוין געוועהן אין די פריע פארטאגס שעהן ווען דער רבי האט פארלאזט מירון אויפן וועג אהיים לביתו נאווה קודש אין נתניה.














Comments