top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק קראלי אין וויליאמסבורג נעמט אויף מיט גרויס פרייד דעם התמנות פון דריי נייע דייני הקהילה

  • Bechatzros admin
  • 25 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 25 ביוני

מיטוואך פ' קרח • כ"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

פארגאנגענעם מוצאי שב"ק איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ''ק האדמו''ר מקראלי שליט"א אין וויליאמסבורג די התמנות פון דריי נייע דייני הקהילה, שטיין לשרת בקודש לדון ולהורות את דבר השם זו הלכה, פארלערנען די שיעורי תורה און פסק'נען די שאלות פון יעדן שואל להורות את הדרך אשר ילכו ואת המעשה אשר יעשון. די דריי נייע מורי הוראה הלא המה הרה"ג רבי אלחנן חיים הורוויץ שליט"א, בן הגה"צ רבי אלטר אליעזר האראוויץ שליט"א רב דק"ק קדושת יו"ט ד'סאטמאר ב.פ., הרה"ג רבי יואל ב"ר משה יונה הלוי מאנדל שליט"א און הרה"ג רבי יהושע שווארץ שליט"א וועלכע זענען פקיע שמיה מיט זייער הרבצת התורה דורכאויס די אלע יארן און זענען נסמך געווארן להוראה דורך די גדולי הרבנים ובפרט דורך דעם דיין הקהילה הרה"ג רבי ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א וועלכער שטייט שוין לנס ולתפארת פאר די קראלי קהילה די לעצטע צוואנציג יארן כולן שוין לטובה.


די התמנות איז פארגעקומען מוצאי שב"ק בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די חשובי רבני הקהילה אינאיינעם מיט די ראשי הקהילה אינעם שפיץ פונעם חשובן דיין הרה"ג רבי ישעי' גדלי' שליט"א.


הר"ר מרדכי אלעזר הירש הי"ו ראה"ק דק"ק קראלי האט געעפענט די מסיבה, ארויסברענגענדיג די בלוה און וואוקס פון די קהילה כן ירבה וכן יפרוץ, און מען האט בעזה"י באוויזן מייסד צו זיין די בית הוראה דק"ק קראלי וואס איז פקיע שמיה אין די גאנצע שטאט מיט די גרויסן כח הוראה.


דערנאך האט מען געהערט דברי תורה באגלייט מיט דברי הדרכה פונעם חשובן דיין הקהילה הרה"ג רבי ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א וועלכער האט מעיד געווען אז ער האט זעלבסט גערעדט מיט די חשובע דיינים שליט"א און זיך איבערגעצייגט אז די חשובע דיינים שליט"א זענען בקיאים בהלכה אויף א אויסטערלישע פארנעם.


מיט גרויס יראת הכבוד האט מען געהערט דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכער האט שטארק ארויסגעברענגט די כח התורה פונעם חשובן דיין שליט"א און די גרויסע אחריות פונעם ציבור אז מען זאל צוהעלפן צו יעדע דבר שבקדושה, דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט ווארעמע ברכות הקודש לרוב פאר די חשובע דיינים שליט"א און פארן גאנצן ציבור.


מען האט געטרינקן לחיים און יעדער איז אדורך וואונטשן די חשובע דיינים אז זיי זאלן שטיין על משמרתם רבות בשנים מתוך הרחבת הדעת דקדושה באגלייט מיט סייעתא דשמיא.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

Comments


bottom of page