top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התעוררות ביי הילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע בצל גאב"ד סאטמאר מאנסי

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ,JDN

א געהויבענער יומא אריכתא איז פאריבער דעם כ"ו אב ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע בצל הקודש פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, אנגעהויבן שוין שבת קודש, ערב יומא דהילולא, ווען דער רב שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף, און במשך די טישן דורכאויס שבת און ספעציעל ביים שיעור פרקי אבות, האט דער רב שליט"א מעלה געווען זכרו הטהור פונעם בעל הילולא מיט א שלל סיפורים, עובדות און הדרכות במשנתו הטהורה, ספעציעל האט דער רב שליט"א מעורר געווען די הערצער זיך מחזק צו זיין בעניני צניעות און מאכן גדרים וסייגים קעגן די היינטיגע פראבלעמאטישע שייטלען, ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט די קלארע אומגעבויגזאמע שיטה קעגן ציונות והמסתעף. 


מוצאי שבת נאך תפילת מעריב האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם ביהמ"ד הגדול וואס איז געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה, דער רב האט משמיע געווען פייערדיגע דברי התעוררות צו גיין בדרכיו הטהורות פונעם בעל ההילולא, און שטארק ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט זיך צו אפהיטן פון פגעי הטעכנאלאגיע און די נסיונות הזמן.דער רב שליט"א האט דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט בהאי יומא רבא, מחזק צו זיין דעם ציבור צו שטיצן די מוסדות על טהרת הקודש וואס זענען געגרינדעט געווארן בדמו ונפשו פונעם רבי'ן זי"ע.


זונטאג צופרי איז דער רב ארויסגעפארן בראש כל קהלא קדישא צום בית החיים אין קרית יואל, וואו ער האט יורד געווען לפני התיבה צו ספר רביעי שבתוהילים בהתעוררות רב, און האט נאכדעם געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט. דערנאך האט זיך דער רב שליט"א אומגעקערט קיין מאנסי צו תפילת שחרית, נאכגעפאלגט שולחן לחיים וואו דער רב האט ממשיך געווען צו דערציילן עובדות וסיפורים קדומים פונעם רבי'ן זי"ע.


שפעטער נאכמיטאג איז דער רב ווידער אנגעקומען קיין קרית יואל וואו ער האט זיך משתתף געווען ביים שולחן הטהור און סעודת הילולא רבתי בצילו פון זיין שוואגער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.



תגובות


bottom of page