שומו שמים: ציוניסטישע פאליציי פירט דורך בארבארישע איבערפאל אויף הגאון הישיש ר' דוד שמידל יו"ר אתרא קדישא
- Bechatzros admin
- 9 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' צו • י''א ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

דאס יהדות החרדית נעמט אויף מיט גרויס אויפברויז די שענדליכע איבערפאל וואס די אכזריות'דיגע ציוניסטישע פאליציי האט היינט צופרי דורכגעפירט אויפ'ן זקן ותופס ישיבה דער בארימטער גאון וצדיק רבי דוד שמידל שליט"א ראש כולל ישיבת טבריא קוממיות ויושב ראש אתרא קדישא.
די איבערפאל איז אפגעהאלטן געווארן היינט צופרי אויף רחוב רש"י אין בני ברק, ווען די פאליציי איז אנגעקומען צום בנין פון רבי דוד'ס וואוינונג, וואו עס וואוינט אויך איינער פון זיינע קינדער, ביי וועם ס'איז געשען א מקרה לא טובה, ווען א קליין קינד איז האספיטאליזירט געווארן נאכ'ן אריינפאלן אין א וואנע ווען מ'האט גערייניגט אין שטוב אויף פסח, און די פאליציי איז געקומען אויספארשן די געשעעניש.
דורכאויס די אבלאווע זענען די דעטעקטיוון אויך אריין אין שטוב פון רבי דוד, און זיך באגאנגען מיט א חוצפה'דיגע באנעמונג צום גאון, ווי כאילו ער איז באגאנגען עפעס אן אומרעכט, אלס זיידע פונעם קינד, און מ'האט אים גענומען פייניגן מיט א שרעקליכן בזיון כבוד התורה. אויפ'ן פלאץ האט זיך אנטוויקלט א מהומה פון מוחים וועלכע האבן כדת של תורה מוחה געווען אויף די מעשי רשע.
די פאליציי האט זיך גענומען שפריצן טרערן-גאז אויף די מוחים, און האבן נישט פארשוינט דעם גאון רבי דוד, א זקן בא בשנים אריבער די 90 יאר, וועם זיי האבן באשפריצט מיט די טרערן-גאז וואס האט אים שווער אפעקטירט און ער האט געדארפט צוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונגען.
דער שרעקליכער בזיון כבוד התורה האט אויפגעטרייסלט דעם יהדות החרדית וואס רופט אויס א קול מחאה, ולא חרבה ירושלים אלא מפני שביזו בה תלמידי חכמים.







תגובות