top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 16 בפבר׳
  • זמן קריאה 5 דקות
ree

דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


א מעמד מרוגש איז אפגעהאלטן געווארן די וואך מאנטאג בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואו עס זענען אריין די אלע משתתפים ביים שבע ברכות דעם דאנערשטאג בשמחת בית גור וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אהרן ציטראן הי"ו פון פלעטבוש פטרון ישיבת בית נחמיה מיוחד פאר נגידים תומכי הישיבה, וואו דער רבי שליט"א האט באותו מעמד געזאלט פארטיילן גמרות פאר די משתתפי השמחה וועלכער נעמען זיך פאר בלעטער גמרא אין ראם פונעם תורה רעוואלוציע מזומנים. די חלוקת הגמרות איז אבער לעצט מינוטיג אפגערופן געווארן נאכדעם וואס הרבנית הצדקנית מגור תליט"א איז בשעת די שמחה אריינגענומען געווארן אין שפיטאל. און אצינד האט דער רבי געלאזט רופן די משתתפי השמחה און פארטיילט די גמרות, יעדער פון די חסידים האט ערהאלטן די מסכת וואס ער האט זיך פארגענומען צו לערנען.

ree

די וואך בשעתן שמחת החתונה בחצרות תולדות אהרן - קרעטשניף - קאסוב וויזניץ, האט 'קרישקעס' אריינגעבליקט אינעם חדר מיוחד פונעם זיידן האד' מקרעטשניף אינעם זאל, און באמערקט דעם רבי'ן אין א שמועס מיט העסקן הרב יצחק גולדקנופף, און זיין געהילף ר' מאטי בבציק.

ree

האד' מסאדיגורא באדאנקט זיך פארן בעל מנגן ר' ישראל אדלער הי"ו נאכן מהנה זיין מיט דברי חרוזין ביים סעודת הכנסת ספר תורה די וואך.

ree

דעם  זונטאג נאכט באישון ליל אין שיכון סקווירא, האט 'קרישקעס' באמערקט האד' ממחנובקא בעלזא אין א שמועס מיט הר"ר דוד חיים הערמאן הי"ו מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא.

ree

ז' שבט אין לעלוב: הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי הי"ו משב"ק אדמור"י לעלוב אין א פייערדיגע ריקוד נאכן אנצינדן די הדלקה ביים ציון הק' אין לעלוב פולין.

ree

שבת אחים גם יחד: הגה"צ ר' בעריש קאהן בנו הצעיר פון האד' מתולדות אברהם יצחק ביים וואונטשן מזל טוב פארן שוועסטער קינד הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן בנו הגדול פון האד' מתולדות אהרן ביים חתונה די וואך.

ree

האברך ר' נחום שווארטץ הי"ו מנהל כולל דברי אש אין בארא פארק און געוועזענער הויז בחור ביי האד' מסאטמאר (מהר"א) אין א שמועס מיט האד' מסאטמאר (מהרי"י) במקום הנופש אין מיאמי פלארידא.

ree

הגאון האדיר ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע אדרעסירט די ברענעדיגע נושא פון גיוס בני הישיבות נאכדעם וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט ארעסטירט עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געשטעלט צום מיליטער כהוראת הרבנים.

די וואך ביים מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד לינסק אין בארא פארק האט דער בארימטער גר צדק הר"ר אברהם גולדשטיין הי"ו געדינט אלס נואם הכבוד, וואו ער האט דערציילט אינטערסאנטע שטריכן פון זיין גירסא דינקותא ווי אזוי ער איז נתקרב געווארן צו אידישקייט.

ree

ונתנו ידידים זמירות: הרבני הנגיד ר' יעקב שווימער הי"ו אין הארציגע דיבורים ביים שבע ברכות דורך מוסדות יטב לב לכבוד אביו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שווימער הי"ו חבר הנהלה, באדאנקט זיך מעומק הלב פאר ידידו בונה ומקים ר' יואל לאנדא הי"ו פאר זיינע אסטראנאמישע נדבות למען הקמת הבנין האדיר החדש אין ירושלים.

האד' מוויזניץ לאנדאן ביים מקבל פנים זיין פני אחיו האד' מוויזניץ מאנטריאל אנקומענדיג צום אכסניא אין לאנדאן, וואו די ברודער האדמור"ים האבן פארברענגט זינגענדיג ניגוני שבת.

ree

די וואך ביי שמחת השבע ברכות בחצר הקודש וויזניץ מיוחד פאר די תומכי מפעל קמחא דפסחא האט 'קרישקעס' באמערקט די לעגענדארע משב"ק ר' יוסף שמעון שעכטער הי"ו ביים ערהאלטן א חלה דעקל אלס אנערקענונג פאר זיין נדבה לטובת די מפעל קמחא דפסחא.

ree

ביים גרויסן שמחת התנאים פונעם ערשטן דור רביעי ביי האד' מסאטמאר, האט אריינגערופן די עלטער זיידע מצד החתן הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א וועלכע געפינט זיך אין אריזאנע אויף אפרוה, וואו מען האט זיך געוואונטשן מזל טוב לכבוד די שמחה.

ree

ביים חמשה עשר טיש בחצר הקודש סאדיגורא האט 'קרישקעס' באמערקט אויפן שולחן מלכים די 'אתרוגים ליקר' וואס האדמו"ר מנאראל האט געשיקט פארן רבי'ן שליט"א לכבודו של יום.

ree

פרייליכע לעבעדיגע ריקודין אין די סאטמארע מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג, לרגל די געבורט פון די ערשטע קינד בשעה טובה ולמזל טוב ביי איינע פון די לאנגיעריגע ארבעטער נאך 20 יאר פון די חתונה.

ree

הגה"צ גאב"ד נירבאטור שליט"א מיט די סטעף משגיחים ביים כשר'ן די מיל - מארט פאבריק לקראת חג הפסח הבעל"ט.

ree

הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו אין א שמועס מיט הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר ביים דינער "מאורי התורה" לטובות ישיבת מיר בארה"ק.

ree

די ווייסע הויזן פון הרה"ק הבאבא סאלי זצ"ל ארויסגעשטעלט אויף ליציטאציע מיט די אנהייב פרייז פון $3,000

ree

האדמו"רים מסאטמר און ביאלא בני ברק ביים סעודת רעווא דרעווין אין ביהמ"ד קהל חסידים אין מיאמי ווי די אדמור"ים וויילן בנאות דשא.

ree

הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א אין א ריתחא דאורייתא מיט איינע פון די חברותות, ביים גרויסן יום שכולו תורה און סיום הש"ס אין קהילת תפארת אליעזר.

ree

הרבני הנגיד ר' יצחק סימקאוויטש הי"ו פטרון רשת הכוללים באר יוסף בארה"ק אין א טאנץ מיטן ראש הכוללים הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן בן האד' מתולדות אהרן ביים שמחת החתונה די וואך לבתו הכלה.

ree

כאחד האדם: אין די מחנה יהודה שוק אין ירושלים האט 'קרישקעס' באמערקט דער משפיע הגה"צ ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א מברסלב ביים איינקויפן פירות לכבוד חמשה עשר בשבט.

ree

צווישן די פילע אורחים ביים חתונה די וואך פון החתן א זון פונעם רוסישער הויפט רב הגאון רבי בערל לאזאר מיט הכלה בת הרב אברהם וואלף הויפט רב פון אדעסא אוקריינע וואס איז פארקומען אין די פראכטפולע סי סיטי זאל, ווערט געזעהן דער שתדלן און אידישע ראטגעבער אין די טראמפ אדמיניסטראציע ר' יהודה קאפלאן הי"ו.

ree

האד' מגארליץ ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן באבא סאלי זי"ע אין נתיבות ביומא דהילולא ד' שבט.

ree

דער קונצליכער בעל מלאכה ר' מוטה ברים ביים שענקן אתרוג קאמפאט פאר האד' מראחמיסטריווקא לכבוד חמשה עשר בשבט.

ree

דער באוואוסטער מקובל הרה"ג ר' משה יונה ראזנגארטן שליט"א ביים מסיבת ט"ו בשבט במעונו אין ירושלים.

ree

הרה"צ רבי חיים שלמה בערגער אבד"ק קהל חסידים קאסא גראנדע, אין א שמועס מיט האדמו"ר מסאטמאר אויפן וועג אהיים נאך תפילת שחרית אין פאלם ספרינגס קאליפארניע ווי די רבי האט געוויילט אויף אפרוה.

ree

שיין בילד פון האד' מבאבוב ביים צוזאמלייגן די תפילין נאך תפילת שחרית בהיכל המתיבתא בעפארן אפרייזן אויף מנוחת הנפש קיין מיאמי פלארידע.

ree

חסידי צאנז קלויזענבורג וואונטשן אן הארציגן ברכת מזל טוב פארן געטרייען הויז בחור החתן שלמה זלמן שטערן הי"ו לרגל שמחת נישואיו למזל טוב, נאכן געטריי משמש זיין דעם רבי'ן במשך די לעצטע פאר יאר.

ree

איבערבליק פון די גייסטרייכע ימי ויעדה פאר נגידי ותומכי איחוד מוסדות גור אין שפיץ פון האד' מגור דעם חודש כסליו אין קפריסין.

ביים מעמד 'כבוד חכמים ינחלו' דורך מפעל 'תורתך שעשועי' בחצר הקודש תולדות אהרן וואס איז פארגעקומען אין טבריה, האט דער בעל מנגן ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו אריינגעכאפט א ברכה נאכן מהנה זיין מיט חרוזין ביים מעמד.

ree

האד' מלעלוב ביים אונטערפירן א חתן - א יתום אונטער די חופה, דינענדיג אלס שושבינון מצד החתן.

האד' מביאלא אויפן פליגער אהיים קיין ארץ ישראל נאכן קורצן באזוך אין ניו יארק וואו דער רבי האט באזוכט צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.

ree

האד' מפינסק קארלין ביי א מסיבת חמשה עשר בשבט היינט נאכמיטאג אין פלעטבוש.

הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע ביים וואונטשן מזל טוב פאר האד' מברעזנא זיצנדיג אין קאר, פארנט פונעם זאל וואו עס איז פארגעקומען די חתונה בבית צאנז זמיגראד - ברעזנא.

ree

האד' מניקולשבורג ביי הבדלה אין מיאמי פלארידא ווי דער רבי וויילט למנוחת הנפש.

ree

האד' מקאשוי אנקומענדיג אויף א מעמד קביעת מזוזה ביים נייעם לאקאל געשעפט אין וויליאמסבורג.

ree

האד' מישועת יעקב סקולען אויף א באזוך ביי המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א ביי זיין באזוך די וואך אין ניו יארק.

ree

האד' מסטריקוב אויף א באזוך בקודש פנימה ביי האד' מוויזניץ אין בני ברק.

ree

האד' מפינסק קארלין ביים ערהאלטן א העתק פונעם בעל שם טוב'ס סידור געשריבן בכתב יד קדשו פון זיין שוואגער הרה"ק ר' גרשון מקיטוב זי"ע.

ree

האד' מפשעווארסק איז מנדב דעם זכות פון פ' וזאת הברכה אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך קהל באבוב אין אנטווערפען לזכרו פון הגה"צ רבי משה הלברשטאם צ"ל אבד"ק באבוב אנטווערפען און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומענדיגן חודש אדר ביים באזוך פון האד' מבאבוב אין אנטווערפען.

ree

די מזל טוב טאוול, וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן ביים בנין המתיבתא אין קרית יואל לרגל די גרויסע שמחה ביים ריש מתיבתא האד' מסאטמאר מיטן שידוך שליסן פון די ערשטע איר אייניקל בשעה טובה.

ree

האד' מנעשכיז ביים קביעת מזוזה פארן נייעם חדר קבלת קהל בבית מדרשו אין שטאט אשדוד.

ree


תגובות


bottom of page