פייערדיגער זאת חנוכה טיש אין לוצק פארצויגן גאנצע "פערצן" שעה נאכאנאנד
- Bechatzros admin
- 24 בדצמ׳ 2025
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
שווער צו שילעדרן דעם מחזה הוד והדר וואס האט זיך אפגעשפילט פארגאנעגנעם זאת חנוכה ביים געהויבענעם עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש לוצק, וואס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע פערצן שעה נאכאנאנד.
ווי באקאנט איז די טיש זאת חנוכה אין לוצק, און בכלל אין קארלין, די הויכפונקט פון יאר, דער טיש ווערט געפראוועט מיט גרויס התרוממות און דביקות בשירה וזמרה בתופים ובמחולות.
ארום פיר אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צום מנחה אין לוצקער ביהמ"ד אויף די שמואל הנביא גאס אין ירושלים, און נאך א קארצע הפסקה האט זיך אנגעפאנגען דער טיש לכבוד היום.
די רבי האט זיך דערנאך געוואשן צום שולחן הטהור בחדרו הפרטי און איז קורצליך דערויף אריינגעקומען צום טיש, וואו עס האבן מהנה געווען בשירה וזמרה א רייכע ארקעסטרע אויף די קארלינער שטייגער, מ'האט געזונגען ניגוני דביקות והתעוררות, די זמירות פון חנוכה און דערנאך האט די רבי פארגעזינגען דעם פיוט כל ברואי מעלה ומטה און פארגעזאגט נשמת פסוק בפסוק כנהוג בהתעוררות רב.
דורכאויס די נאכט בשעת די ריקודין האבן זיך טויזנטער אידן געשלענגלט אין די רייע דורכצוגיין ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן לחיים, יעדער חסיד באזונדער האט געהאט די געלעגנהייט זיך דורכצושמועסן און זיך מזכיר זיין לברכה וישועה, די רבי האט דערביי אויפגעפאדערט פון די חסידים זיך פארצונעמען קבלות טובות אין דעם זמן מסוגל, און פארטיילט פונעם פאמש משקה פאר די חסידים וואס איז די ראשי תיבות פון פ'דאהו מ'רדת ש'חת, א מנהג קודש וואס שטאמט נאך פון הרה"ק רבי אהרן קארלינער זי''ע.
א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען די רבי האט זיך מערערע מאל אויפגעשטעלט טאנצן שלא כהרגלו מיט גרויס דבקות און ברען, און מעודד געווען די ריקודין דבי מלכא בגילופין, ומה נהדר היה המראה, מיטהאלטנדיג די הייליגע ריקודין ביראה עילאה פון אזויפיל הונדערטער אידן, ברשפי אש שלהבת קה, ווען די ריקודים נלהבים האבן פארגעזעצט פאר לענעגרע שעות עד אור הבוקר, און גלייכצייטיג דעם כסדר’דיגן אומאויפהערליכן שטראם פון אידן פון אלע עקן ירושלים, פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע האבן געשטראמט אין די מאסן מיטצוהאלטן דעם לוצקער טיש זאת חנוכה, און זענען אריבער אל מול פני הקודש מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.
ארום פיר אזייגער פארטאגס הארט פארן עלות האט דער רבי אויסגעשריגן ''רבותינו הגיע זמן קריאת שמע'' און מ'האט אפגעשטעלט דאס אדורך גיין. מ'האט געבענטשט און געזאגט על הניסים און זיך דערנאך געשטעלט דאווענען מעריב, נאך מעריב איז מען ווייטער אריבער וואונטשן לחיים ביז זיבן דרייסיג אזייגער צופרי ווען דער טיש איז געקומען צו אן ענדע.
נאך א קורצע הפסקה האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אויפן ווארימן קארלינער שטייגער וואס האט זיך פארצויגן גאנצע צוויי שעה בבחינת כל עצמותי תאמרנה, און נאכן דאווענען האבן זיך די חסידים צושפרייט למקומות מושבותיהם.












תגובות