מאנטאג פ' בשלח • ה' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף עדת חסידי סלאנים מיט'ן הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, גדול בתורה ויראה, הגאון החסיד רבי שמעון טייכנער זצ"ל מפארי חסידי סלאנים וועלכע איז נעכטן נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון 74 יאהר.
די פטירה פון רבי שמואל איז א פערזענליכער קלאפ און אבידה שאין לה תמורה פאר די הונדערטער סלאנימער חסידים מעריצים, ושומעי לקחו וועלכע האבן געקוואלן און זיך אנגעשעפט מיט אוצרות התחזקות און חיות דקדושה פון זיין עבודת הקודש וואס האט מלהיב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים, זעענדיג פאר זיך א דמות דיוקן פון א פארצייטישן עובד ה' וואס איז גענצליך אויסגעטון מהוויות עולם הזה און זוכט נאר דביקות בה' און עבודת הבורא בכל לבבו ונפשו.
רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין ארץ ישראל בשנת תשי"א צו זיין פאטער הרב אברהם מנחם טייכנער ז"ל, און אין זיינע בחורישע יאהרן האט ער געלערנט אין די בארימטע סלונימער ישיבה 'בית אברהם' אין ירושלים, ווי ער איז נתקשר געווארן בקשר אמיץ וחזק צו הרה"ק בעל ברכת אברהם מסלונים זי"ע וועלכע האט איהם ארויסגעוויזן גרויס חיבה און הערצה. נאך די הסתלקות פון זיין גרויסן רבי'ן איז ער נתקשר געווארן צו נכדו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א ביי וועם ער פלעגט זיך מסתופף זיין בצילו מיט גרויס התבטלות און הכנעה.
פון יונגנווייז אן האט רבי שמואל ארויסגעשיינט מיט זיין קדושה ופרישות, און מיט זיין גאונות בכל חלקי התורה, אלס א מרא דכולא תלמודא, ער פלעגט עוסק זיין בתורה פאר לענגערע שעה'ן ברציפות, ווייט אוועק פון די תענוגי עולם הזה. אין צוגאב פלעגט ער זיך מזכך זיין מיט תעניתים וסיגופים כחד מצדיקי קמאי, און האט זיך פאר לאנגע יאהרן נישט אריינגעלייגט אין קיין בעט.
אין לויף פון די יארן האט ר' שמואל אנגעהויבן משפיע זיין פאר רבים וכן שלמים חסידי סלאנים און נאך אידן וועלכע האבן זיך אנגעשעפט מבארו הטהור מלוא חפניים התחזקות והדרכות ישרות בתורת צדיקי בית סלאנים און לעכוויטש, און ער איז געווארן א מאגנעטישער קראפט פאר אידן עובדי ה' וועלכע האבן זיך ארום אים געקלאמערט און מקבל געווען לקחה של תורה וחסידות.
אויך האט ער געהאט א נאנטע קשר מיט פילע צדיקים וחסידים הראשונים, פאר יאהרן לאנג האט ער געלערנט בחברותא מיט כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל, אין די וואכן טעג פלעגט ער קובע זיין מקום לתפילתו אין ביהמ"ד קודינוב וואו ער איז געווען פון די מייסדי המקום און האט פארמאגט א נאנטן קשר מיט יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקודינוב שליט"א.
ובמקום גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו איז ר' שמואל געשטאנען ווייט אוועק פון גינוני כבוד ופרסום, און האט אפגעראכטן זיין עבודה אויף א באשיידענעם פארנעם, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה.
אין די לעצטערע תקופה איז רבי שמואל שטארק נישט געזונט געווען, טראץ זיין גרויסע חולשה האט ער פארגעזעצט מיט זיין הייליגע עבודה. ביים טיש פארלאפענעם זאת חנוכה האט כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א ביי די דברות קודש געבעטן פון די חסידים מתפלל צו זיין לרפואתו השלימה, און היינט האט ער ליידער אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה ליוצרה איבערלאזנדיג נאך זיך א דור ישרים מבורך.
די מסע הלוי' איז ארויס היינט אויפדערנאכט פונעם בית מדרש הגדול סלאנים אין בני ברק אין ריכטונג פון בית החיים אין אלעד וואו פילע הונדערטער אידן אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, האבן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון, און באוויינט האי שופרא דבלי עפרא. דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די לוי' ביז נאך סתימת הגולל און האט געזאגט א קדיש אויפן פעלד.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
Comments