top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האי יומא דקא גרים • סעודת הילולא און יערליכע מעמד הודאה בחצר הקודש ספינקא רמ"א

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 8 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שבת פ' בשלח • י' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

‎בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א געהויבענע מעמד איז פארגעקומען דעם זונטאג בחצר הקודש ספינקא רמת אהרן, ווען עס איז אפגעצייכנט געווארן איין און פערציג יאר זינט יענעם טאג ה' שבט תשמ"ד, ווען דער ספינקא רבי שליט"א איז בדרך נס געראטעוועט געווארן ביי די שוידערליכע קאר עקסידענט, אין די צייט וואס זיין פאטער הרה"צ ר' יצחק אייזיק זצ"ל מספינקא איז ליידער טראגיש אומגעקומען, אויפן וועג אהיים פון די מסע הלוויה פונעם הייליגן באבא סאלי זי"ע.


די מעמד איז פארגעקומען אין די  עטרת מרים זאלן אין בני ברק במעמד קהל ועדה און איז געווען א חטיבה אחת פון הלל והודאה, צו דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן פאר די גרויסע חסדים, א רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט לכל הקהל הקודש אין באגלייטונג פון פרייליכע מוזיק און לעבעדיגע ריקודין. ביים אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער גאסט רעדנער הגה"צ ר' אהרן שפירא אבד"ק נאראל און דאן האט דער רבי שליט"א פארגעזינגען ניגוני הודאה, און האט דערנאך משמיע געוועהן דברות קודש איבער די גרויסע נס און רגשי לבבו בהאי יומא דקא גרים.


דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' אליעזר שמעון ווייס שליט"א האט דאן געמאכט א סיום אויף גאנץ ש"ס, דער רבי האט געזאגט דעם קדיש דרבנן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגער ריקוד מיט בנו חביבו דער חתן תורה.


דאן האט מען געהערט א דרשה פונעם רבינ'ס שוועסטער קינד הגה"צ גאב"ד נוה אחיעזר שליט"א, וועלכער האט געהאט א גרויסע חלק אין די נס ההצלה און די דרכי רפואה, און צום שלוס פונעם מעמד נאך ברכת המזון האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע משתתפים.


צווישן די באטייליגטע ביים מעמד האט זיך אנגעזעהן הגה"צ אב "ד נאראל, גאב"ד נוה אחיעזר, אב"ד ראחמיסטריווקא ב"ב, אב"ד קארלין לעלוב, הרה"צ ר' חיים יעקב סאפרין מקאמארנא, הרה"צ ר' חיים מנדל לעמבערגער ממאקאווא, הגאון ר' ישראל אהרנסון, און נאך חשובע רבנים ומורי הוראה.


שפעטער באנאכט נאכן מעמד איז דער רבי ארויף צום אוהל אדמור''י ספינקא אויפן בית החיים סגולה און פתח תקווה, וואו ער האט מתפלל געוועהן ביים ציון בראש קהל חסידיו.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page