top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געשאצטע מספר פון אריבער 4,000 משתתפים כ"י ביי שמחת ה"שלום זכר" לבן הנולד ביי הגאון רבי צבי קושלבסקי שליט"א

מוצאי שבת פ' פקודי • ו' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


טויזנטער אידן האבן דעם ליל שב"ק באלאגערט די 'היכל התורה' ישיבה אין עיה"ק ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת "שלום זכר" לבן הנולד ביים ראש ישיבה הגאון רבי צבי קושלבסקי שליט"א וועלכע איז געהאלפן געווארן מיט א בן זכר  זייענדיג שוין העכער די שנות הגבורות, אין עלטער פון עלטער פון קרוב צו ניינציג בליעה"ר.


שוין ביי קבלת שבת אין ישיבה האבן זיך די הונדערטער בחורי הישיבה ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין לכבוד די שמחה ביים ראש הישיבה, פאר מעריב האט די ראש ישיבה אויפגעטראטן מיט ווערטער כהכנה צו שבת קודש, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די גרויסע שמחה, שטייענדיג בימי חודש אדר ווען כלל ישראל האט בייגעוואוינט די אלע ניסים אין א בחינה פון 'ונהפוך הוא' - קעגן די טבע.


די שלום זכור וועלכע האט ארגינעל געזאלט פארקומען אינעם חדר אוכל פון ישיבה איז פרייטTג צונאכטס אריבערגעפירט געווארן צום גרויסן היכל הישיבה צוליב די ריזן ציבור המשתתפים.


שוין פון ארום ניין אזייגער האט זיך אָנגעהויבן דער מאסן שטראם פון טויזנטער אידן, חסידישע, ליטווישע און ספרדישע צוגלייך וואס זענען געקומען פון אלע געגנטער אין ירושלים זיך מיטצופרייען מיט די גרויסע שמחה, א געשאצטע פיר טויזענט אידן האבן זיך געשלענגלט אין די רייע, לברך ולהתברך פון דעם גליקליכן אבי הבן די ראש ישיבה שליט"א וועלכע האט יעדער מקבל געווען במאור פנים און צוריק געוואונטשן בברכות לרוב.


ספּעציעל האט זיך אנגעזען דאס השתתפות פון פילע יוצאים אין בוגרי תלמידי הישיבה וואס זענען געקומען מקרוב ומרחוק, אויך פון אויסלאנד זענען געקומען צו פארן תלמידים לכבוד די היסטארישע שמחה. ביים שלום זכר האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנים אדמורי"ם וראשי ישיבות תושבי שכונת הר נוף, צווישן זיי האדמו"ר מביאלא פשיסחא הר נוף שליט"א, הגאון רבי דוד יוסף חבר מועצת חכמי התורה, און הרה"ג ר' חיים עוזר שטערנבוך בשליחות הקודש פון אביו הגדול מרן פוסק הדור שליט"א.


היינט מוצאי שבת איז פארגעקומען די 'קריאת שמע ליינען' בהשתתפות פון הונדערטער תינוקות של בית רבן, די היסטארישע שמחת הברית מילה וועט פארקומען מארגן זאנטאג צופרי נאך תפילת שחרית אין די ישיבה 'היכל התורה' אין הר נוף במעמד קהל רב.



Comments


bottom of page