מיטוואך פ' פקודי • ג' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: איציק ו.
פארגאנגאנעם שב"ק – שבת שקלים – האבן תלמידי וחסידי מאשלוי אין ארץ ישראל מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת קודש במחיצות הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן לרגל די הילולא רבה פונעם גרויסן פאטער כ''ק האדמו''ר בעל 'מאור החיים' ממאשלוי זצוק"ל וועלכער איז אויסגעפאלן דעם פארגאנגאנעם ערב שב"ק כ"ח לחודש אדר העל"ט, ומנוחתו כבוד במרומי הר הזתים בחלקת אדמור"י בית נאדבורנא, און לרגל די חתונה בבית גיסו הגדול הגה"צ אב"ד קאלוב שליט"א פון ביתר.
דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק דעם פארגאנגאנעם מיטוואך מיטאג פרשת ויקהל, דער רבי שליט"א מיט די פמליא האבן געלאנדעט אין לוד לופטפעלד דאנערשטאג פארטאגס וואו דער רבי שליט"א איז תיכף צוגעפארן קיין רעננה צום ביהמ"ד פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מקליוולאנד זצ"ל און געדאווענט שחרית. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד 'קבלת פנים' ווי דער ציבור האט געהאט די געלעגנהייט אדורך צו גיין שלום נעמען.
אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד 'מתיבתא דמערבא' אין ירושלים וואו דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה בליל הילולא רבה. נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד הילולא קדישא, באשיינט מיט חשובע אדמורי"ם קרובי המשפחה.
כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען במרומי הר הזיתים זיך משתטח זיין אויפן ציון הק'. דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים מיט גרויס בכיות, און געליינט די קוויטלעך פון די חסידים פאר א לענגערע וויילע, און דערנאך מתפלל געווען א תפילה חרישית להיוושע בכל מילי דמיטיב.
דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו די ציונים הקדושים פון די הייליגע זיידעס כ''ק האדמו"ר מסטראזניץ זצ"ל און זיין פאטער הרה"ק רבי איתמר'ל מנדבורנא זצוק"ל און נאך, און דארט פארגעזאגט קאפיטל "לדוד ה' אורי" פסוק בפסוק חזן וקהל מיט גרויס התעוררות.
ערב שב"ק ביי תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית פארן עמוד, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד די הילולא און משמיע געווען קורצע דברות קודש אין ענינים במשנתו של רבי.
דער קלימאקס פונעם באזוך איז געוויס געווען דער געהויבענער שבת קודש. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די תפילות אין ביהמ"ד אין געדינט אלץ שליח ציבור ביי אלע תפילות כמידי שבת בשבתו. די סעודת שב"ק פאר די געסט איז געווען צוגעשטעלט אויף א ברייטן פארנעם ווי מען האט פארברענגט בשבת אחים אינאיינעם מיט די קינדער פון רבין שליט"א. ביים סעדוה פרייטאג צונאכטס האט אויפגעטערעטן הרבני החסיד הנגיד מוה"ר יושע ליפשיץ הי"ו דעם רבינ'ס בעל אכסני' פון לאנדאן.
ביים עריכת השלחן הטהור האט זיך אנגעזעהן א גרויסער ציבור וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם טיש. די טיש איז געווען באזעצט מיט אנשים מכובדים, אין רבנים חשובים. עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען מען האט אהיימבאגלייט דעם רבין שליט"א צו די אכסני'.
ביום שב"ק האט דער רבי שליט"א פארגעדאווענט תפילת שחרית, ספעציעל האט זיך געשפירט די געדרענג ביי קריאת התורה און תפילת מוסף ווען די שטאטישע בתי מדרשים האט מען שוין געענדיגט דאווענען און א שיינעם ציבור איז געקומען מיטהאלטן די קריאה און מוסף שבת שקלים. שלש סעודות רעוא דרעוין האט דער רבי אפגערכטן אין ביהמ''ד מתיבתא דמערבא, און א לענגרע צייט משמיע געוועהן דברי כיבושין.
זונטאג – א' דראש חודש – איז דער רבי שליט"א מיט די פמלי' אנגעקומען קיין טברי', וואו מען האט געדאווענט מנחה ביים ציון פון רבי מאיר בעל הנס. דערנאך איז מען געווען ביי די ציונים פון הייליגן רמב"ם, אין דער של"ה הק' דער רבי שליט"א האט געזאגט מיט השתפכות הנפש די תפילות השל"ה און מעורר רחמים ביים הייליגן ציון.
דערנאך האט מען ממשיך געווען ביים ציון פון די תלמידי בעש"ט הק'. פון דארט איז מען געפארן צום עיר העתיק צפת. דער רבי שליט"א האט געפירט דעם שולחן הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא צפת שליט"א, און משמיע געווען דברי תורה לכבוד היום.
מאנטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין ביתר וואו ער האט זיך באטייליגט ביי די חתונה בבית גיסו הגה"צ אבד"ק קאלוב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואו דער רבי שליט"א איז געוווארן אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכובד געווארן צו טאנצן מצוה טאנץ .
נאך די חתונה האט זיך דער רבי שליט"א צוריקגעקערט קיין ירושלים עיה"ק. דער רבי שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך ביי ידידו וריעו המקובל הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם ווי מען האט פארברענגט בדברי תורה וחסידות. דערנאך האט אים דער מקובל שליט"א ארויסבאגלייט ביז צום קאר, און זיך געזעגענט ברוב ידידות.
Comments