top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידים ואנשי מעשה שלענגלען זיך אויף די וועגן צום שטאט טשענגער לרגל 150סטע יומא דהילולא הממשמש ובא

דאנערשטאג פ' תולדות • ג' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


שטייענדיג שוין ערב שבת אריינטרעטנדיג אין די הילולא קדישא פונעם הייליגן מנוחת אשר זי''ע הערט מען באריכטן פון די וועגן קיין אייראפע, וועלכע זענען איבערגעפילט מיט א מאסיווע איבערפלוס פון חסידים וועלכע זענען אונטערוועגנס צו קענען דערגרייכן על ציון הקדוש אין שטאט טשענגער לרגל די 150'סטע יארצייט וואס געפאלט אויס דעם שבת פ' תולדות.


ס'איז שוין היינט ווייט נישט קיין איבעראשונג צו מיטהאלטן וויאזויפיל אידן מאכן די וועגן קיין טשענגער אין אזא יום מסוגל, די שטראם קיין טשענגער איז דאך נישט קיין נייע ערשיינונג, אין דער אלטער היים ווען ס'איז געקומען די יארצייט פונעם הייליגן בעל מנוחת אשר זענען די בעלי עגלה געווען איבערגעפילט מיט ארבעט שוין פון וואכן פריער.


אין די פארגאנגענע יארן איז די השתטחות על ציון טשענגער געווארן אן ערשיינונג רונדע דעם יאר, ווען טעגליך קומען אן פילע אידן און גיסן זיך אויס דאס הארץ, מ'לאזט איבער די שווערע פעקלעך ביים פועל הישועות וואס האט שוין באוויזן אותות ומופתים. אידן האבן צו דערציילן האר אויפשטעלנדע געשיכטעס.


אפגערעדט ווען עס קומט צום גרויסן יומא דהילולא, דאן גייט עס ממש ארויס פון גלייכגעוויכט ווען טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מאכן די וועג אהין און קענען נישט פארפאסן אזא גרויסער טאג.


די לעצטע הכנות ווערן אצינד געמאכט אין שטאט שטענגער צו קענען אקאמאדירן די פילצאליגע געסט וואס וועלן וויילן אויף דעם שבת סמוך ונראה צום ציון הק' צווישן זיי צענדליגער נכדי בעל ההילולא,דאס יאהר איז געווארן אהערגעשטעלט א ספעציעלע פראוועזארישע מקוה כדי דער גאנצער ציבור חסידים ואנשי מעשה זאלן זיך קענען מטהר זיין מיט א טבילה במקוה.












Comments


bottom of page